ממש יעצט אריינגעקומען די נייעס.
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג ניוס: שפיצער רעזיגנירט
ברעקינג ניוס: שפיצער רעזיגנירט
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2375059
ממש אומגלויבליך, דער מעכטיגער גאווערנאר און "קריים פייטער" זאל ליידן אזא טראגישע ענדע.
ווי די מידיא זאגט איז ער שוין אנגעקלאגט געווארן אויף דעם פארברעכן פון זיין פארמישט אין א "פראסטיטושאן רינג" און ס'דראעט אים יארן אין תפיסה.
ווי די מידיא זאגט איז ער שוין אנגעקלאגט געווארן אויף דעם פארברעכן פון זיין פארמישט אין א "פראסטיטושאן רינג" און ס'דראעט אים יארן אין תפיסה.
ניו יארק גייט יעצט באקומען א בלינדער שווארצער גאווערנאר.
אגב, סענאטאר קלינטאן פארלירט איין דעלעגאט, ווייל וויבאלד ער רעזיגנירט איז שפיצער מער נישט קיין דעלעגאט.
שפיצער איז אריינגעקומען און האט געגעבן א סטעיטמענט פון נאר אפאר סעקנדס, ער האט זיך אנטשולדיגט פאר זיין משפחה. ער האט נישט געזאגט אז ער רעזיגנירט, אבער די מידיא באריכטעט אין גרויסן אז ער רעזיגנירט.
סענאטאר דיאמאטא: מיינע קוועלער זאגן מיר אז ליוטענענט גאווערנאר פיטערסאן גייט היינט איינגעשוואוירן ווערן אדער איז ער שוין אפילו איינגעשוואוירן געווארן.
יעצט האט פאקס באריכטעט אז ער איז "נאכנישט" אנגעקלאגט געווארן, אבער די פעדעראלע רעגירונג האט אריינגעגעבן א "קרימינאלע קאמפלעינט" קעגן אים אין געריכט, וואס דאס ווערט געטאן ווען די רעגירונג וויל באקומען אן ארעסט ווארענט אדער א סוירטש ווארענט קעגן א מענטש, און ס'ווערט געווענליך נאכגעפאלגט מיט אן אנקלאגע.
לצים זאגן אז פרעזידענט קאנדידאט הילערי ר. קלינטאן האט אנגעריפן די פרוי פון (געוועזנע..) גאווענער עליעט שפיצער און געפרעגט אויב זי וויל מיטלויפן אויף ה. קלינטאן'ס טיקעט אלץ ווייס פרעזידענט.....
ביידע נעבעך געליטענע
ביידע נעבעך געליטענע
א שמחה אין וואל סטריט
איך האף אז ער וועט כאטש זיצן א פאר יאר, זאל ער פילן וואס מיינט זיצן, און עס זאל זיין א לעקעציע פאר אלע פאליטישאנס וואס ווילן זיך בויען מיט יענעמס בלוט, אז אלס קומט צוריק.
איך האף אז ער וועט כאטש זיצן א פאר יאר, זאל ער פילן וואס מיינט זיצן, און עס זאל זיין א לעקעציע פאר אלע פאליטישאנס וואס ווילן זיך בויען מיט יענעמס בלוט, אז אלס קומט צוריק.