היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באבובער רב געט איבער שקלים פאר ר' בערל פריעדמאן

באבובער רב געט איבער שקלים פאר ר' בערל פריעדמאן

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2374990

sichel » 10/3/2008 19:17

שבת קודש פרשת פקודי שקלים איז פארגעקומען אן אינטערסאנטע סצענע וואס באבוב האט שוין לאנג נישט געזעהן, ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים איבערנעמען דעם כתר ההנהגה אין באבוב איינגעפירט אין גרויסן ביהמ"ד פארשידענע תקנות מחזק צו זיין דאס עבודת התפלה וואס איז ב"ה גקרוינט געווארן מיט גרויס ערפאלג ווי באקאנט.

צווישין די תקנות איז איינגעפירט נישט מוסיף צו זיין קיין שום הוספות  ביים ליינען אפי' פאר חיובים און כ"ש פאר מחותנים זיידעס וכדו'.

אבער די וואך איז אנדערשט געווען כאטשיג עס זענען געווען 5 באווארפענס 8 בר מצוה בחורים און 6 קריאת השם, האט דער רב שליט"א משנה געווען מדרכו און אוועק געגעבן זיין מפטיר שקלים און מכבד געווען דעם באקאנטן סאטמערע ראש הקהל הרה"ח המפורסים ר' בערל פריעדמאן נ"י דעם רב'ס אן אלטען ידיד

באבוב האט דאס נאכנישט געזעהן

אהרן_נחום » 10/3/2008 20:13

עס איז טאקע א שיינע זאך, וועלעכע באבוב

תוקן על ידי אהרן_נחום ב- 10/03/2008 20:15:38

רובין1975 » 11/3/2008 06:06

איך ווייס נישט פארוואס די מיזט שרייבן ליגנט מיט גוזמאות, ווייל איך האב דארט געדאווענט שבת אין ס'איז געווען אינגאנצן 2 קריאת השם מיט 2 בר מצווה'לאך - Thats All

און אין באבוב זענען די רבי'ס בכלל עולה ששי און אפילו שבת שקלים.