היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » מעכטיגע זיג פאר באבוב 45

מעכטיגע זיג פאר באבוב 45

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2374596

רובין1975 » 10/3/2008 03:27

רובין: דעם שבת שקלים בין איך געווען ביי א קידוש אין ביהמ"ד באבוב 48

האב איך געטראפן מיינס א ידיד, און געפרעגט וואס איז נייעס דא ?


ידיד: עס איז גרויסע בזיונות פאר אונז.

 

רובין: וואס איז געשעהן, וואס האט יעצט פאסירט ?

ידיד: עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז לויט די חשבונות פון די חתימות, האבן לכל הפחות 31 פראצענט פון קהל באבוב אפען (בגלוי) אונטערגעשריבען אקעגען 48.

 

רובין: עטס ווערטס אפגעשראקען פון 31 פראצענט ?

ידיד: יא, געדענק, דאס זענען באבובער חסידים וועלכע האבן זיך געווייקט אין באבוב אלע יארן, און זיי האבן אן פחד און אן שרעק, נאר מיט שטאלץ, מיט זייערע האנט אפען געחתמעט.

 

און דערצו, איז דא נאך הונדערטער וואס מען האט נישט אריינגערעכנט אין די 31 פראצענט.

 

1) די אלע וואס וואוינען אין וויליאמבורג אדער מאנסי, ווי זיי האבן א גרעסערע ציבור פון אונז, האט מען נישט אריינגערעכנט.

 

2) די אלע יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר פון יב אדר תשס"ה, און זיי האבן מער פון אונז, האט מען אויך נישט גערעכענט.

 

3) און נאנט צו 200 אידען האבן נישט געחתמעט, און זיי זענען אוודאי נישט פון אונזערע.

 

און אפילו פון די חתימות פון אונזערע מענשטען זענען מיר אויך נישט זיכער מיט זיי,  איך קען מענטשען וואס האבן דא געחתמעט פאר 48, אבער זיי זענען חסידים פון 45. אז עס וואלט געווען פארמאכטע חתימות וואלטן זיי געחתמעט פאר 45.

 

רובין: און ווי האלט עס מיט'ן דין תורה ?

ידיד: דער מצב איז, זיי האבן אפגעשניטן נאנט צו האלב פון באבוב, און אויפגעשטעלט א גרויסער חסידות דא אין בארא פארק, און איבער די וועלט בכל אתר ואתר. און דער דין תורה קען שוין גארנישט טוען אקעגען דעם.

 

רובין: און וואס איז מיט'ן נאמען באבוב ?

ידיד: ביי די שאלות פון דעם נאמען און נכסים האבן זיי נאך מערערע פראצענטן. און מיר ערווארטן פארלוסטן אויך ביי די נכסים און ביים נאמען.

 

רובין: איז וואס שמועסט דער עולם דא ?

ידיד: דער סך הכל איז, אז די גאנצע "חתימות פרשה" האט פאר אונז נישט געטויגט, אן די חתימות האבן מיר כסדר געשריגען, זיי האבן גארנישט און עס איז גארנישט, אז זיי זענען בלויז 15 – 18 פראצענט, און יעצט שטעלט זיך ארויס "אז זיי זענען א גוטע עטליכע פערציג פראצענט",  און זיי האבן געוואונען די מערכה.

 

מיר האבן געענדיגט דעם שמועס מיט א גוטן שבת, איך בין צוגעגאנגן צו מיין קרוב וואונטשען מז"ט, איך בין ארויס פון ביהמ"ד, מיט א בילד אז די חברה אין 48 זענען זייער דערשראקען פון דעם מצב. ווי אזוי דאס בית דין וועט צום ענדע פסקענען.

bobovreal » 10/3/2008 19:46

לעצטע וואך אין בי"ד:

בי"ד צווינגט 45 צו חתמנ'ן אז זיי זענען נישט מער פין 31% .

באב"ד מיטן טשאקעווער זענען צוזאמען בשיטה אז 45 וועט מוזן אויפגעבן אינגאצן אויפן נאמען באבוב, ראזענבערג איז א יחיד וואס האלט אז 45 מעג זיך רופן באבוב מיט א צו נאמען.

ביז 3 זיצונגען קומט א פס"ד סופי אויף די בנינים אינם נאמען.

לאןאתההולך » 10/3/2008 20:13

 

לעצטע וואך אין בי"ד:

בי"ד צווינגט 48 צו חתמנ'ן אז 45 האט מער ווי 18% פראצענט, און האבן לכל הפחות 31% אפענע חתימות!,
און נאך הונדערטער חסידים פון 45באבוב וואס האבן נישט געחתמעט! און נאך און נאך וואס מען האט זיי נישט אריינגערעכט אין 31%,
וואס קומט אויס אז זיי האבן מיט נאך 15% - % 20 פראצענט.

באב"ד מיטן טשאקעווער זענען צוזאמען מיט ראזענבערג בשיטה אז מיטן נאמען קען מען גארנישט טוען, ווייל דאס גייט מיט, מיט די יורשים, און ווייל זיי זענען באבובער חסידים פון אלע יארן, איז זיי קענען טראגען דעם נאמען ווי זיי ווילען, על פי הלכה!.

ביז 3 זיצונגען קומט א פס"ד סופי אויף די בנינים. אז די בנינים וועלן צוריקגעגעבען צו די יורשי דאורייתא!!

דער אמת האט געזיגט און וועט ווייטער זיגען בס"ד!!

_________________

אור_בהיכל » 10/3/2008 21:00

צדק צדק תרדוף!
דאס זעטמען טאקער ביי די באבובער חסידים פון 45.
-הערה בעלמא- יאך בין א פרעמדער נישט קיין באבובער פון קיין שום צד.

bobovreal » 10/3/2008 21:14

Why do you think so?

explain please!

לאןאתההולך » 10/3/2008 21:53

צדק צדק תרדוף?

דריי יאר פון שנאה
דריי יאר פון שלאגען אידן
דריי יאר פון מבזה זיין תלמידי חכמים
דריי יאר פון ארויסווארפן אידן פון ביהמ"ד
דריי יאר פון נישט לאזען גיין אויף שמחות 
דריי יאר פון פארשטערן אידישע שמחות
כהנה וכהנה!!!

48 האט שוין די חזקת שלש שנים - פון שנאה, שלאגען, ביזה תלמידי תכמים, שטערן שמחות, עוד ועוד................. 


THIS IS THE EXPLAINATION

_________________

bobovreal » 10/3/2008 22:04

אז רמ"ד וואלט זיך נישט געקרוינט אלס א רבי'ן וואלט דאס אלעם נישט געשעהן!!!

וואס האט עס אויסגעפעלט?

UVWXYZ » 10/3/2008 22:09

רובין1975 - זייער גיט אראפגעלייגט, איך האב זייער שטארק הנאה

איך האב אויך הנאה פין דיין גיטען זכרון אז די האסט אזוי גיט געדענקט דעם גאנצען שמועס

צווייבאבוב » 10/3/2008 22:39

דריי יאר צוריק י"ב אדר תשס"ה נפלה עטרת ראשינו כי לקח אותו אלקים – אונזער הייליגער רבי זי"ע איז אוועק גענומען געווארן פון אונז – עס איז פאר יעדן טונקל געווארן דאס לעבן – מיר האבן נישט געוואוסט מי יורה לנו את הדרך אשר ילכו בה.

"ברוך אשר לא השבית לנו גואל" - דער רב ז"ל האט אונז ב"ה נישט פארלאזט – חתנו כבנו ממלא מקומו כ"ק רבינו עט"ר שליט"א האט איבערגענומען די כתר הנהגה – און איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ממשיך דאס לעכטיגע באבובער חסידות בגאון ועוז, וואס וואקסט און בליעט למעלה מדרך הטבע, בזכות רבותינו הקדושים זי"ע

_________________

bobovreal » 10/3/2008 22:56

מיר האבן נישט געוואוסט מי יורה לנו את הדרך אשר ילכו בה?????

ער האט איבערגעלאזט א ברידער!!

לאןאתההולך » 10/3/2008 23:02

רב"צ האט נישט געטארט כאפען דאס ביהמ"ד אז עס איז נישט זיינס!!
ער האט זיך געוואלט קרוינען פאר א רבי, האט ער געדארפט גיין ערגעץ אויף די נידריגע 40גער גאסן כרצון אביו זצ"ל, און מאכען דארט א בית מדרש'ל.

וואס האט עס אויסגעפעלט?

_________________

DumbRover » 10/3/2008 23:26

געמעקט דברי נבלות אקייגן רבינו זצ"ל

תוקן על ידי bzalh ב- 10/03/2008 23:39:17

SIM89 » 10/3/2008 23:28

קריעה דארף מען רייסן אויף אזעלכע רעד וואס קומען פון די חברה פון 48. שומו שמים.

לאןאתההולך » 11/3/2008 00:09

דאס איז ? - את הדרך אשר ילכו בה???
באבוב איז אלעמאהל געווען דאס פראכט פון אהבה ואחוה ושלום ורעות

און יעצט איז דער "חינוך הטהור" אין 48 שנאה - שלאגען אידן - מבזה זיין תלמידי חכמים - ארויסווארפן אידן פון ביהמ"ד - נישט לאזען גיין אויף שמחות - פארשטערן אידישע שמחות - כהנה וכהנה!!!

  עס איז נישט קיין קונץ צו זיין בשלום, ווען אלעס פירט זיך ווי איינע וויל לכבודו!!

bobovreal » 11/3/2008 02:15

איש אחד יחטא ועל כל העדה יקצוף? וועגן א שטיהל מיט א בארנפריינד מיינט דאס איעדן?

איך האב פאר דיר נייעס, יעדע שבת גייען יידן פין ביידע זייטן צו שמחות, ביי חתונות זעהט מען ווי צומאהל משפחות פין באבוב אין 45 פרייען זיך אין איינעם, פין דעם אז ס'איז דא א היצער אדער צוויי מיינט נישט אז צו פליהט דא פעטש יעדן מאנטאג אין דאנערשטיק.

אמאהל אמאהל קען זיך א היצער נישט איינהאלטן - טרייב נישט איבער!!

bobovreal » 11/3/2008 16:38

בקיצור - קיינער שלאגט נישט אין מ'האט עטס נישט "אזוי" פיינט אין די רב שליט"א איז נישט "אזא" שלעכטע ווי עטס טוטס פארקויפן!

איך קען זאגן בפה מלא אז אפילו נאך 3 יאהר פין בגידה און חוצפה אקייגן רב שליט"א וועט יעדער 45 וואס קומט צוריק ווערן ווארים אויפגענומען אין זיכער וועט עם די רב שליט"א מוחל זיין! וואס פעלט אויס צו לויפן אין סאטמר מקוה שבת אין דאמבראווע מקוה אינדערוואך? שבת אויף 45 יום חול אויף 49? א סוכה דא א מצה בעקערי דארט א חופה אויף 50 קבלת פנים אויף 45  אין חתונה אויף 43?
נייע ספרים, בענק, בניינים, קעמפס...

פארוואס? פארווען? אלעס איז דא! די רב ז"ל האט שוין אלעס אויפגעבויעט, אלעס שטייט, איז גלייבסט מיר אז מ'מעג שוין אויפהערן מיט די מחלוקת, די רב האט שוין געכאפט זיינ'ס, איך מיין אז עס איז געווען גענוג.

בבאבתרא » 12/3/2008 01:03


נאר דאס נישט, קיינער זאל נישט צרוקמען!!! איש על מחנהו ואיש על דגלו לחיים טובים ולשלום,

ב"ה היום הזה שאנו מתקרבים לג' שני מלכות רבינו הגה"ק שליט"א אשר כל העולם ובכללם רבנים גאונים חסידים ואנשי מעשה משתוממים מאור תורת החסידות אשר זרח אור תורת רבינו שליט"א ובכל הארץ יצא קוום וגם לרבות תורת אמת שיעורים נפלאים על דברי חיים עה"ת אשרי עין ראתה כל אלה, וכדברי מרן אביו רבינו זיע"א שנותן לו את כח התורה הזאת עד ביאת גואל צדק במהרה.

יצא עינם של כל הקנאים לרבינו שליט"א, זה לא יעזור שום דבר רבינו שליט"א יהיה אחד ויחיד אדמו"ר מבאבוב, וכדאי לדעת זאת כבר עתה שלא יהיה לשום אדם מ 45 שום חלומות נעבעך ודמיונות שוא, שהעסקנים שם מלעיטים אותם, וכבר השבוע נעבעך יצא קצף חלומותיהם אודות הבחירות - אחרי שב"ד הודיע לפני ב' הצדדים שאין למחנה בית יעקב אפילו שליש דהיינו שהם פחות ממחצה מבאבוב, וכפי שכתבנו לכם שזה בערך שבעים שלושים וב"ה לא טעינו, ולא כדברי "ההכרנא" של חבריא קדישא רודפי שלום ואמת ובצע ושקר וכזב, שכיזב באומרו שיש לבית יעקב יותר מחמישים אחוז, ישכר פי דוברי שקר!
 וזה אפילו אם נכליל את כל האונגרישע אירע שנצטרפו ממחרת י"ב אודער, לבית יעקב ד' דאמברעווא סאסריגען דעעש וכל יוצ"ח באסס דרייוערס וכל העוסקים בקהלתם הק', הכל בכל מכל כל, 570 איש 

וא"כ אי"ז פלא שהדיינים קרובים מאד מאד,לפסוק בעניין השם רק שאנו לא יודעים עדיין מי יזכה בהשם באבוב האם בנו של רביה"ק מבאבוב, או בנו של האדמו"ר מדאמברעווא זצ"ל נחכה בסבלנות ונראה מה יהיה חלומותיהם,  
ולעת עתה קרובה ישועתינו לבוא ומהרה יצא הפסק בערך עוד כו"כ חדשים והיה באבוב אחד, ויהי שלום בין כל אחב"י

לאןאתההולך » 12/3/2008 03:08

Bobovreal

איש אחד יחטא ועל כל העדה יקצוף? וועגן א שטיהל מיט א בארנפריינד מיינט דאס איעדן?

עס איז נישט נאר די צוויי, עס איז דא נאך שלעגערס!
די שלעגערס ווערן געשיקט, זיי זענען שליחים, יעדע געשלעג שטאמט פונעם קאפ!! וד"ל
און דאס איז דער "חינוך הטהור" וואס מען איז מחנך די קינדער מיט שנאת ישראל.

דער סוף איז: דער וואס שלאגט, ווערט אליין א געשלאגער, ימים ידברו!!

-----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
פארוואס? פארווען? אלעס איז דא! די רב ז"ל האט שוין אלעס אויפגעבויעט, אלעס שטייט, איז גלייבסט מיר אז מ'מעג שוין אויפהערן מיט די מחלוקת, די רב האט שוין געכאפט זיינ'ס, איך מיין אז עס איז געווען גענוג.

קיינער איז נישט אוועק ווייל מען דארף בנינים!
מיר האבן מכתיר געווען א רבי, א מנהיג, א צדיק וקדוש מנעוריו, א גאון ומתמיד עצום בעומקה של תורה, א איש על העדה שרבים נהנין ממנו בעצה ותושי', מגדולי צדיקי דורינו, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א. חתנו כבנו ממלא מקומו של מרן הקדוש צדיק יסוד עולם מופת הדור מבאבוב זי"ע.

א יישר כוח פארן איינלאדענען!!

bobovreal » 12/3/2008 04:56

קודם דיר בבא בתרא.

דיין גאנצע ווילדע שרייבן מיט משונה'דיגע גוזמאות ברענגט אויף צו ברעכן.
דיין שרייבן ברענגט מעהר בושה ווי כבוד.

אין די לאןאתההולך, אין בעלזא למשל איז עפעס איינעם איינגעפאלען צו קרוינען עפעס א חשוב'ן תלמיד א יר"ש א ת"ח וכהנה? ניין! אפילו ער איז געווען יינג אין א ראצער האבן עם די בעלזער'ס עם אויפגענומן פאר מנהיג, אין טאקע זיי האבן באצאהלט דערפאר ווייל ער האט זיך יינגערהייט שנעל צולאזט אין געמאכט בושות איז ער היינט צוטאגס פין די גדולי הדור מיט א הערליכע חסידות אין די בעלזא זענען בגאווה מיט זייער רבי'ן.

די זעלבע איז מיט'ן רב שליט"א, ווארט נאר נאך אפאהר יאהר ווען ער וועט האבן עקספיריענס וועסטו זעהן אז מ'וועט פארגעסן פין אלע אלטע טעותים אין ער וועט אויפשיינען די וועלט, ווארטס נאר אפאהר יאהר ויקם דור חדש אין זיי וועלן שוין זיין חסידים מיט שטאלץ אהן קיין ברענדוואשינג!

 

לאןאתההולך » 12/3/2008 05:56

Bobovreal

איך האלט דיינע רייד זענען זייער אויפריכטיג, דו שרייבסט מיט פארשטאנד, לאמיר טאקע ווארטן א פאהר יאהר, און מ'וועט פארגעסן די אלע אלטע טעותים,  און זעהן די גדולות, ווען ער ווערט פארשיינען די וועלט.



 

בבאבתרא » 12/3/2008 09:46

Bobovreal
איך האב קיינמאל נישט געבעטן דיין הסכמה אויף מיין שרייבען,
ולעצם העניין בוודאי שאין אני דוגל בגוזמאות רק לאחר שאתה רואה את ההסתה והשנאה והקנאה פרועה שיש לכמה מן החברים פה נגד רבינו שליט"א, ונגד באבוב ומבזים בכל עת גם את אנ"ש,לא נותר בידי ברירה ואני עונה להם כאיוולתם,
[
שנית, כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א הגיע למעמד ומצב שהוא נמצא רק בזכות כוחו ודעתו שלא נכנע לכל מיני קבוצות כמו העדה וכו' וגם לא המתין שיכתבו עליו רק דברים טובים, אלא עשה דברים חשובים שהוא חשב שזה נכון לעשותם, וב"ה הוכיחו את עצמם, ועי"ז במשך הזמן ראו כולם שאין הוא מתחשב בהם ורק חושב על קהילתו והולך ובונה את עצמו,
ואין זה ראוי לכתוב דברים כאלו נגד אחד מן המיוחדים שבמנהיגי ישראל, גם אם אתה חושב אחרת.

שלישית, רבינו שליט"א הינו מן המיוחדים ביותר בין מעתיקי השמועה מוסרי דור ודור, באופן נפלא ואין הוא זקוק לכמה שנות עקספיריענס, וזאת יעידון כמה מחשובי וגדולי החסידות שנהנים מאד ובכל שבוע מתענגים על קובץ אמרי קודש, שנהפך לנכס צאן ברזל, וזהו דגלנו,

בנוגע להנהגה, בודאי שבכל יום שעובר יש יותר ויותר עקספיריענס, 

רביעית, על טעויות של השני , תמיד הכי קל לדבר,

חמישית , וזהו הכי חשוב, בעזהי"ת בעוד זמן לא ארוך יצא פס"ד מלפני הב"ד,
 ואז יהיה זמן מוכשר מאד לשכוח את כל מה שהיה משתי הצדדים, והאמת והשלום אהבו אכי"ר   


ישרוהגון » 12/3/2008 09:55

לאןאתההולך

אנטשולדיגט:

7:45 האט זיך געשטעלט דער רבי שליט"א געשטעלט על המקום שנפלו לו בירושה!.
8:00 די כאלאגאניס אריינגעשטראמט מיט די פרויען פאליציי און פארטריבען די יורשים!

פארדריי נישט קיין היסטאריע!

אין פארגעס נישט אז "עטס" האבן געקרוינט  די רב אלס "רב הצעיר".
טאקע !! יאריך ימים על ממלכתו אלס "רב הצעיר"!!

לאןאתההולך
ווער פארדרייט דער היסטאריע ???
דער מאן דאך
הן חזינו בעיניינו בבית הדין....   ותהי דממה גדולה!!!
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=11246

לאןאתההולך » 12/3/2008 14:50

ישרוהגון

1) בי"ד האט נישט אנגענומען ענקער קליפ, פון וועלכען מען האט אסאך אוועקגעשניטן, בי"ד האט געזעהן א קליפ אין וועלכען מען זעהט אסאך מעהר.

2) אבער דאס זעהט מען אויך קלאר אויף ענקער קליפ, ווי מען האט פארטריבען די יורשים פון זייערער ירושה.

והשיב את הגזלה!!!
  

bobovreal » 12/3/2008 15:05

איך זאג נאכאמאל;

וואס פעלט אויס דאס וואנדערן אגאנצן טאג ווי די יידן אין מדבר? פין בית יעקב 45 צו 49 אהן קיין מקוה אהן קיין נארמאלע ביהמ"ד אין בויען נייע מוסדות?

חבר'ה אלעס שטייט שיין און שטאלץ, הערליכע מוסדות מיט א גיטע סטעף, וואס פעלט אויס צו ארויסנעמען קינדער פין אונזערע מוסדות אין פארקלענערן אונזערע מוסדות אין עפענען נייע אין אינוועסטן מיליאנ'ס דאלארן פאר בילדינגס?

ווייל צו גייט ענק גיט מיט א דאננער מעג מען שוין יענעם צוקלאפן?

איך מיין אז די 45 האבן גיפערליכע היצער'ס וואס פארדרייען זייער עולם א קאפ!

וויל איך עטס זאלטס וויסן!

אונז האבן הערליכע מוסדות מיט גיטע מחנכים, אונז האבן א הערליכע ביהמ"ד מיט מקווה אין מנינים איינס נאכן צווייטן, אונז האבן א רב די קינד פינ'ם רב ז"ל וואס טרייט זיין בעסט, מיט נישט רעדן ביים דאווענען מיט כולל בוקר וערב אין מיט שיעורים אין דברי חיזוק, די עולם האט שטארק הנאה.

איז קען מיר איינער געבן צו פארשטיין פ"וו 45 עקשנ'ט זיך אזוי שטארק  מיט צוברעכן אונזער רב מיט די מוסדות?

איך זעה נישט די גרויסע "עמערדזענסי" פ"וו צו האט אויסגעפעלט די מחלוקת וואס האט אריינגעשלעפט באבוב אין שווערע געלט אויסגאבן מיט מחלוקת אין אזא איבערקערעניש!!

איך האלט אז מיט אלע טענות וואס 45 האט, איז דאס וואס זיי האבן געטוהן געווען איבערגעטריבן במלוא מובן המילה אין יעצט פאר צו ווערט א חזקה פין 3 יאהר איז צייט זיך איבערצוטראכטן!

געב מיר פשוטע באבובער חסיד צו פארשטיין  פארוואס זאל איך נישט זיין בייז אויף ענקערע אומבארעכטיגע התנהגות?

bobovreal » 12/3/2008 15:47

בבא בתרא

ליידער ליידער איז די מצב אז אויב מ'וועט נישט שלום מאכן שוין יעצט "פאר" די פסק בי"ד וועט קיין שלום שוין קיינמאל נישט זיין!

וועט בי"ד זיי געבן די מינומום וואס זיי האבן - לאמיר זאגן 30% וועלמיר אונז אין לעבן נישט קענען אראנשלינגען, וועט מען זיי געבן ווייניגער וועלן זיי עס קיינמאל נישט קענען אראנשלינגען!

בבאבתרא » 12/3/2008 19:24

לאןאתההולך » 12/3/2008 20:43

זכור ואל תשכח!!!!

רב"צ האט אריינגעשטראמט אין ביהמ"ד מיט א מחנה פאליציי (אונטערגעשמירטע) און פארטריבען די יורשים, פון זייער פלאץ!     (דאס איז באבוב הא?)
און יעצט שרייט עטס, אז עס איז ענקערס?

מהרב"צ האט געצווינגען משה קעסלער צו שלעפען די טעכטער פון רבינו הקדוש זי"ע אין קארט!!

מי הוא זה? ברוך אברהם ראש השיבה, צו זאגען ווי אזוי מיר זאלען הייסען, און אז נישט, שטראשעט ער מיט מחלוקת און שנאה "עפרא לפומי'. (ברוך אברהם איז א באבובער חסיד קיינמאהל נישט געווען, זאל ער נישט איינטיילן ווער עס איז באבוב)

עטס דארף צוריקגעבען וואס עטס האטס געכאפט און געגנבט,

בבאבתרא » 13/3/2008 01:09

לאן

בשביל זה יש ב"ד, שם אתם מדברים כבר קרוב לשלוש שנים את כל השטויות שבעולם, על יורשים וגנבים, ושוטרים, בנתיים גארניש ב"ד מרשה לגנבים הראשיים,להשאר זמני וחלקי בכל נכסי באבוב כי הגנב לא גנב אלא פשוט ירש את אביו, כ"כ פשוט בן יורש אב, לא רק לעניין הכרת הטוב שיקבל איזה בעכער, (מקור הרב צ"א) 

וכדי לעזור לב"ד לסלק את הני בריונים הלכתם לקוארט, "בתחילה באתם עלינו בעלילה" (מקור הרב צ"א)  לבית משפט של עכו"ם ושם תבעתם את נכבדי קהילתנו ובראשם מורינו הדומ"ץ שליט"א שגם בימי מרן הדברי חיים זיע"א היה נחשב מאד, (מקור כ"ק מרן זצוק"ל) על שהעיז לפסוק בכח תורתו מי הוא הממשיך הברור של אביו ואחיו, וטענתכם היתה שבנו של הבע"ב של המקום ה"ה מרן זצ"ל  בא חזרה למלוך בבית אביו, כמובן שבית המשפט נתרגש מאד מכל הנ"ל ושלח אותכם מכל המדרגות לב"ד, 

וכאן זה אוחז שב"ד ערך בחירות ושם קבלתם בין 27% ל 31% לכל היותר,דהיינו פחות משליש  וכרגע דנים על מהות שם באבוב ומרן בעל "העפרא לפומיא"   זה שלומד הרבה תורה יומם ולילה וגאון אדיר בגלוי ובסתר, (מקור מרן זצ"ל)  כנראה צודק, ועכשיו דנים למי ינתן בלבד השם באבוב,

ולכך צריך מעט סבלנות, וה' יערה רוח של שלום עלינו ועליכם, ושבו בנים לגבולם, ואיש אל משפחתו ישוב, תולדותם לבית אבותם, 
  
    

לאןאתההולך » 13/3/2008 07:25

בי"ד שאצט שוין די בנינים, ווייל בי"ד האלט אז קומט פאר די יורשים, און עטס האטס געכאפט די בנינים שלא ביושר!
ונראה מה יהיו מחלומותיכם!!!


בבאבתרא » 13/3/2008 17:09

לאן
אויב משאצט איז פשט אז מנעמט נישט אוועק די בניינים פון די גזלנים, נאר ב"ד וויל ויסען אויב מדארף געבען א'חלק פון די נכסים וויפל איז דאס וועט,

ולעצם העניין באבוב היו מוכנים מיד בתחילה לתן סכום הגון ולפשר את כל הנ"ל אלא שאתם רציתם דין תורה או משפט, ע"כ אם ב"ד יפסוק שצריכים לתת כך וכך מערך הבניינים, בודאי שנקבל ע"ע את דין תורה 

לאןאתההולך » 13/3/2008 18:12

עס קומט ענק א גרויסען יישר כח
איין מיליאן דאלער האט עטס געוואלט געבען פאר די יורשים בני רבינו זצ"ל!
ווען די בנינים זענען ווערט העכער 100,000,000 דאלאר!
א שיין געשעפט!

מיר דארפען נישט ענקער טובות, עס איז נישט ענקערס!
גיבס אונז צוריק וואס עטס האטס געגנבט פון אונז!

bobovreal » 17/3/2008 15:01

לויט ווי עס גיבן איבער די עסקנים וואס זיצן אין בי"ד וועלן עטס בייקומען א מכה! מאקסימום 5 מיליון דאללער וואס איז ווייניגער וואס באבוב האט ענק געאפערט פארן חתמנ'ן שטרי בוררות!

לאןאתההולך » 17/3/2008 16:00

די עסקנים זענען נישט די פוסקים, צו פסקנן די נכסי באבוב.


די דיינים זאגען, אז די עסקנים זענען משכילים!!
וועלכע זאגען אז די גדולי הפוסקים האבען געהאט א נגיעה ביים פסקנן חתנו כבנו!!

bobovreal » 17/3/2008 16:15

ביז היינט האבן די עסקנים אונזערע שיין פאר אויסגעזעהן בי"ד'ס מהלכים ווי למשל די קעמפס, בנות ציון, תוצאות הבחירות, ביה"ח.

לאןאתההולך » 17/3/2008 17:26

בנות ציון - האבען ענקערע  עסקנים אריינגעברענגט אין די דין תורה, וואס איז לטובת 45 !!

תוצאות החתימות - האבן די עסקנים פון 48 געשריגען ביים בי"ד אז 45 האט בלויז 18%, און בי"ד זאגט, אז אפילו ביי די אפענע חתימות איז לכל הפחות 31% פון קהל באבוב וועלכע האבן אפען בגלוי כתב וחתם בפני בי"ד אגעקען 48.
און פארמאכטערהייט איז דא דאפעלט מענטשען.

ביה"ח - איז אונטער דעם קאנטראל פון בי"ד!!

די וועלט זאגט, דער וואס לאכט ביים סוף, דער לאכט דאס בעסטע!!
Who laughs last, laughs best

צדקתך » 1/7/2008 19:53

וואס טוט זיך יעצט מיט דער דין תורה ווי עס קוקט אויס וועט ביז די קומענדיגע 10 יאר קיין פסק נישט זיין און דערווייל פארדינט נאר ר' בנציון דערפון

mosheyukel » 2/7/2008 01:09

פארדינט פון דעם גאנצען עסק האט מהרמ"ד מבאבוב, וועלכער ווערט גערעכט פון די גדולי האדמורי"ם בדורינו מיט א ריזיגע חסידישע קהלה.

א געשעעניש און א מציאות וואס קיינער האט דאס נישט פארגעזעהן און קיינער האט זיך דאס נישט פארגעשטעלט.

בנינים און שטחים האט ער שוין גענוג.
 
ער האט אלע מוסדות, א תלמוד תורה, א בנות ציון, א ישיבה קטנה, א מתיבתא, א כולל אברכים. 

ער האט באבובער בתי מדרשים אין ירושלים, בני ברק, ביתר, אלעד, לאנדאן, וויליאמסבורג, מאנסי,  

ער האט חבורות באבובער חסידים אין אנטווערפן, מאנטריאל, טאראנטא, לעיקוואד, מאנטשעסטער,    
 
דער אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב איז דער גרעסטער געוואונער בכל אופן שהוא.

מה דאך אין 3 יאר ווי ער איז זיך צווואקסען צו א פארנעם, אין 10 יאר ארום ווען דער דין תורה וועט זיך אפשר ענדיגען, קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי זיין חסידות וועט זיך צו וואקסען פי עשר כמה.






תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 02/07/2008 22:24:31

mgp » 2/7/2008 14:47

In truth our Rebbe Reb Shloime Ztl would be more happy if Bobover Chasidus would close down rather than have a machloikes

the_mouse » 2/7/2008 17:50

צוואה  If our Rebbe Reb Shloime Ztl would want different he would write a clear will 
Now that he did not want to write
 That means that he left this for the chasidim to decide
whom each individual wants
Who should be his Rebbe

And the decision of each person must be respected, and not to make a Machlokes
By stopping family members not to go to simchas in 45
BY hitting people who go to simchas in 48
By breaking up familes and friends
By teaching hate to the students
     ETC
.
Its A CHILEL HASHAM & A SHAME

כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ
 
 

mgp » 2/7/2008 18:36

Gadlus of a Rebbe would be to be Mevatter to the other Tzad and say I dont want to be Rebbe rather than claim Yerisha. Rebbistiva is not SUPPOSED to be a business. It is like you say A Chilul Hashem and a Shame.
  Reb Shloime Ztl ran away from machloikes he was mekarev every yid every bochur even those with 
shtoffene kapelitchen.
Rosh Choidesh Ov I always feel like Crying

motti2020 » 2/7/2008 19:36

mgp

ביסט זייער נישט גערעכט

א צד וואס וואלט מוותר געווען פארן צווייטער צד איז א פארברעכער.

די צדדים זענען זיך נישט דורכגעקומען בזמן פון ר נפתלי אין אלע זיינע הייסע חסידים וואלטען געפלויגען ווי הונט אויב זיי בלייבען אין בית מדרש

ר מרדכי דוד קען עס נישט טון צו זיין שווערס געטרייע מענטשען אין ר' בן ציון וואלט עס אויך נישט געמעגט טון צו זיינע מענטשען וואס זענען אים געווען געטריי בזמן פון זיין ברודער

גדלות איז פשוט איינער וואס קען אויסהאלטען אז דער צווייטער צד האט א רעכט צו לעבן אין נישט זאגען כולו שלי

כך נראה לפענ"ד.

צוויי רביס מיינט נישט קיין מחלוקת, מחלוקת מיינט מחלוקת כפשוטו אין דער וואס איז מרבה במחלוקת איז באמת עתיד ליתן את הדין.

48_רוסלאנד » 3/7/2008 01:26

נאר רעדן?

שלאגען אידן ווייל זיי קומען צו שמחות פון נאנטע !
ווארפן ארויס אידן פון בית המדרש !
פארשעמען איד !
בלאזן אויף מענטשען !
ווייזען בייזע פנימער !
גריסען נישט !
געבן נישט צוריק קיין שלום !
צושטערן משפחות שמחות !
צושטערן אידישע פרנסות !
מחנך די קינדער צו שנאה !

צוקריגט זיך מיט אלע גדולי האדמורי"ם וועלכע זענען מכבד רבינו שליט"א!

זייען אן א מחלוקת, וואס וועט זיי גארנישט ברענגן !

mgp » 3/7/2008 12:21

I am sorry i can't use loshen koidesh on this computer, al kol punim it hurts to see chasidim talmidim of our rebbe reb shloime ztl fighting like that In huche nami both Reb Bentzion and Reb Mordche Duvid should make peace I always wonder if imagine something like would have happened in the days after the kedushas tzion Hyd and there was a shaale who should take over what would our rebbe reb shloime have done.
referring to reb mottel's point there was a maase when reb leibele eiger was nifter there was a machloikes between his son and reb tzudek hacohen about the succession of the rebisteve the machloikes was that reb tzudek held that the son should become rebbe and the son held that reb tzudek should be rebbe. now thats a machloikes i understand and respect 
i used to be proud to be connected to bobov but now i only feel pain and try to remember the lechtigkeit that was once Menos Chelkeini