היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קלינטאן געווינט - דעמאקראטן פארלירן

קלינטאן געווינט - דעמאקראטן פארלירן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2372283

אפשר_דאך » 5/3/2008 13:24

קלינטאן האט געהאט א גוטע נאכט נעכטן מיט געווינען דריי סטעיטס נאך פאלרירן 12 אין א רייע. און בעיקר מיט געווינען ביידע קריטישע סטעיטס פון טעקסאס און אהייא, בפרט טעקסאס, וואו זי האט געהייסן שוואכער ווי זי האט באמת געווינען. יעצט גייט קומען לכאורה א הייסער זומער פאר די דעמאקראטן.
.

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 05/03/2008 13:25:01

ביבער » 5/3/2008 13:57

וואס איז נעקסט
איז דא נאך א פריימערי ?
ווען איז די דעדליין ווען מען גייט וויסין ווער סאיז די נאמאני ?

DRUDGE08 » 5/3/2008 15:12

איך מיין אז ס'גייט זיין פעטש ביי די דעמאקראטשיע קאנווענשון

אפשר_דאך » 5/3/2008 15:25

ס'זענען נאך דא 12 פריימעריס, אבער ס'איז נישט פארגעזען אז איינער פון די ביידע וועט באקומען גענוג א שטארקע אויבערהאנט צו געווינען.

דערווייל זענען נאכנישט דא אפילו די רעזולטאטן אין דעלעגאטן פון טעקסאס און אהייא. ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אפילו קלינטאן האט געווינען זאל זי נאכאלץ בלייבן היפש אונטערשטעליג אין די קריטישע דעלעגאטן פארמעסט.

לויטן חשבון וועלן די דעמאקראטישע פארטיי פירער מוזן אריינקומען אין א חודש ארום, נאך די לעצטע פריימערי אין פארטא ריקא, און מאכן ארדענונג. ס'ווענדט זיך אסאך אין די סופער-דעלעגאטן, און ס'איז העכסט נארמאל פאראויסצושאצן א שמוציגן קאמפיין צווישן ביידע זייטן, ווען יעדער וועט נוצן שטארקע ארגומענטן צו זיין זייט - פעטש ביי די קאנווענשאן? ווער ווייסט.

_________________

 



תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 05/03/2008 15:27:50

אפשר_דאך » 5/3/2008 15:34

אין אנדערע אינטערעסאנטע נייעס האט קלינטאן אנגעדייטעט אז זי איז גרייט צו זיין אויף איין טיקעט מיט אבאמא, "אבער מיר דארפן באשליסן ווער ס'איז אין שפיץ". דער שכל הישר זאגט אז דאס וועט זיין די בעסטע פשרה, אבער ס'וועט פארלאנגען אביסל שכל הישר פון ביידע קאנדידאטן זעלבסט צו קומען צו א באשלוס דערויף.

_________________

אפשר_דאך » 5/3/2008 16:25

דער קומענדיגער ערנסטער פארמעסט וועט זיין אין אפאר וואכן ארום אין פענסילוועניע

_________________

 



תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 05/03/2008 17:16:02

DRUDGE08 » 5/3/2008 16:40

March 8 Wyoming caucuses (Democratic)

March 11 Mississippi primary (Democratic/Republican)

April 22 Pennsylvania primary (Democratic/Republican)

May 3 Guam caucuses (Democratic)

May 6 Indiana primary (Democratic/Republican) North Carolina primary (Democratic/Republican)

May 13 West Virginia primary (Democratic) Nebraska primary (Republican)

May 17 Hawaii state convention (Republican)

May 20 Kentucky primary (Democratic/Republican) Oregon primary (Democratic/Republican)

June 3 Montana primary (Democratic) New Mexico primary (Republican) South Dakota primary (Democratic/Republican)

June 7 Puerto Rico state convention (Democratic/Republican)

hungarian » 5/3/2008 18:16




תוקן על ידי hungarian ב- 05/03/2008 18:39:31

נסיעהסז » 5/3/2008 18:28

ווארט נאר ווארט
עס הייבט זיך יעצט אן , די דעמאקראטס זענען שוין צוריסן און יעצט גייט שוין זיך אנהויבן די אפענע געשלעג



hungarian » 5/3/2008 18:38


_________________