היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע קרית ברך משה דסאטמאר וואדבראן

נייע קרית ברך משה דסאטמאר וואדבראן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2370211

רבי_יונה » 2/3/2008 04:23

א נייע הערליכער גרויסער קאנטרי האט איחוד התלמידים אפגעקויפט דעם פארגאנגענעם פרייטאג בעזהשי"ת.

די קאנטרי איז די באוויסטע עלדען (בערנאט) וואס געפינט זיך אין וואודבראן, עס ערהאלט 80 באנגעלאוס, פלוס צוויי גרויסע בנינים פאר א האטעל וכו'.

די נייע קאנטרי גייט הייסן קרית ברך משה דסאטמאר, און וועט שוין זיין צום באנוץ אינעם היי יעריגען זומער סעזאן.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

אויך מיט גרויס שמחה נעמען חסידי סאטמאר אויף די בשורה אז אינעם קרית ויואל משה דסאטמאאר קאנטרי, בויעט מען שוין צו מיטן פולן אימעט דעם ריזיגען בנין צום ביהמ"ד הגדול היכל יחיאל מיכל, וואס ווערט צוגעבויעט דורך הרבני הנגיד הטפסר רבי מאיר זעליג ריספלער שליט"א, עס וועט ערהאלטען פיר נייע ריזיגע שטיבלעך, א היכל הפאליש, און א הערליכע פארטש ווי מען וועט קענען זיצן און לערנען תורה הק'.

ארגינעלער » 2/3/2008 04:29

טאמיר איך האלט גיט חשבון

קרית ברך משה אין מאנטיראל
קרית ברך משה אין ירושלים
קרית ברך משה אין מאנסי
קרית ברך משה אין קרית יואל (די ניי גענגעט)
אין יעצט קרית ברך משה אין וואדבארן

_________________