מ'בעט ווער עס האט מער פרטים זאל דא מודיע זיין.
מ'בעט ווער עס האט מער פרטים זאל דא מודיע זיין.
איך האב מיך אלס געוואונדערט פארוואס מען לאזט דעם ציון הקדוש אזוי אפען שטענדיג, וואס מען זעט נישט כמעט ביי קיין איין בית החיים דא אין אמעריקע אז מען זאל קענען שטענדיג צוקומען. איך האב פארשטאנען די כוונה אז דאס וויל מען טאקע אז עס זאל זיין אייביג גרייט פאר אידן זיך אויסצובעטן אלעס גוט'ס, אבער מיר דארפן זיין רעאליסטיש און וויסן און פארשטיין אונזער מצב, אז די צודרייטע זשיהאדיסטן זענען עלול אויף אלעם, יא ממש אויף אלעם אן קיין שום אפהאלט, אלעס מיט'ן גוטהייסונג פון זייערע פאר'מאסקירטע א.ג. פירערס מיט מדות מגונות אנשי רשע שיודעים את ... ומתכוונים למשול בכפה, בתורת גם לי גם לך לא יהי'. דעריבער איז נישט גענוג קיין פיקטשערס און קאמעראס מען דארף א ריכטיגע שמורה מעולה יום ולילה לכבוד רבותינו הקדושים בגנזי מרומים.
מיין עצה איז מען זאל בעטן א פריטה פון יעדן מתפלל, אדער אויף קהל'ס חשבון אבער ווען דער שומר איז נישטא איז עס צוגעשפארט און די שליסל ליגט ביים שומר, ווי אין דער אלטער היים. עס זעט אפשר אויס ווילד, אבער ההכרח לא יגונה.
חיים חייקל, בארואיג זיך און פאנג אן צו זינגען שיין און געלאסן, אאאאך, טוב וחסד, ירדפוני כל ימאאאאי חיי, ועעשבתי, בבית ה', בבית ה' לאורך ימים.
דא גייט מען ארויף מיט'ן טאן, אאאאך, טוב וחסד, ירדפוני כל ימאאאאי חיי, ועעשבתי, בבית ה', בבית ה' לאורך ימים.