היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » היימישע אינגערמאן באקומט פיר יאר תפיסה רח"ל

היימישע אינגערמאן באקומט פיר יאר תפיסה רח"ל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2369152

יוסעלעגולם » 28/2/2008 18:26

א טייערע אינגערמאן ר' נחמן ליכטער הי"ו א טאטע פון קינדער איז נעבעך פאראורלטייט געווארן נעכטן צו פיר יאר טורמע ר"ל!

עס האט ליידער נישט געהאלפען די אלע הארץ רייסענדע בקשות צו בייגן דעם הארטנאקיגער שופט אז ער זאל ארויסווייזן דאס מינדעסטע רחמנות אויף די צובראכענע משפחה, און כפי השמועה האט אפילו דער רעגירונג רעקאמאנדירט ביים אורטיילן אז ער זאל באקומען סך הכל עטליכע מאנאטן!

 דאס איז דער זעלבער שופט וואס האט פאראורטיילט נישט לאנג די חשובע אחים יאקאבאוויטש הי"ו  פאר גאר לאנגע יארן נעבעך! און ווי אויך גרייטן זיך נאך עטליכע אידן און די קומענדיגע וואכן זיך צו שטעלן פאר דעם שופט פאר א אורטייל, עס ליגט א פליכט מתפלל צו זיין אויף אלע אחב"י הנתונים בצרה ובשבי' המקום ירחם עליהם
וכו' השתא בעגלא ובזמן קריב.  

ideas » 28/2/2008 21:23

וואס האט ער חוטא געווען ?

זומזום123 » 4/3/2008 16:19

עהר האט גירעט מיט דיא ר"ת תפילין

אדםאמיתי » 4/3/2008 16:37

אויב די וועסט "גוגלען" פאר זיין נאמען וועסטו געפונען.

ער איז אין דעם זעלבען פעקל פון Allou יאקאבאוויטש'לעך

ווי האט יענער געזאגט "די דזאדזשעס וועלען שוין אונז אויסלערנען אז מען טאר נישט גנב'ענען!

עס קומען נאך פרישע גרויסע באמבעס, זארג נישט פון אנדערע פרשת!

UVWXYZ » 4/3/2008 20:32

ווער ווייסט ווי עס האלט די קעיס פין ר' יב"ב. איך הער אז ער דע וואך געטין א שידוך

EMT » 4/3/2008 23:58

און ווער ווייסט ווי ס'האלט די קעיס פון ר' שללל"צ וואס ווי איך הער קויפט ער יעצט א נייע דירה?

און מיט ר' בלח"וו קעיס וואס טוט זיך?