(זונטאג)
נייעס פון מסע הקודש (ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש):
6:04 האט זיך דער פליגער בשעטו"מ געהויבן אין די לופט קיין אונגארן. תפלת מעריב האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבינו שליט"א געדאווענט אויפן אינמיטן וועג. 7:56 אויפן דארטיגן זייגער האט דער פליגער בשעטו"מ געלאנדעט אין בודאפעסט אונגארן. (דער זייגער איז גערוקט מיט זעקס שעה)
תפלת שחרית האט דאס מערסטע טייל פונעם ציבור געדאווענט אויפן פליגער, און האבן זיך פון בודאפעסט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ראמעניא. אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין די שטאט סאטמאר מתפלל זיין אויפן בית החיים אין די שטאט, און מען איז צוגעפארן באטראכטן דעם גרויסן בית המדרש אין די שטאט סאטמאר וואו רבינו הקוה"ט זי"ע פלעגט זאגן זיינע פלאמפייערדיגע דרשות.
דער רבי שליט"א מיט א קלענערע קבוצה האבן געדאווענט אין א פריוואטן שטובל אין טערמינעל, צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' שלמה בערקאוויטש שליט"א מחשובי אנ"ש. ביי תפלת שחרית האבן זיך אנגעזעהן א ציבור ארטיגע אונגארישע אידן אין שפיץ פונעם בודאפעסער רב שליט"א. דער בעל תפלה ביי שחרית איז געווען הרבני הנגיד ר' נפתלי גרינפעלד הי"ו מחשובי אנ"ש בעיר בארא פארק.
קריאת התורה האט מען געליינט אין א קליינע ספר תורה וואס הרה"ג רבי יקותיאל יצחק שווארץ שליט"א אבד"ק בראד האט געגעבן לכבודו פון רבינו שליט"א מיטצונעמען אויף די נסיעה. הרבני החסיד ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א איז געווען דער בעל קורא; כהן האט עולה געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ ודומ"ץ דקהלתינו הק' אין בארא פארק. שלישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און גומל געבענטשט זייענדיג מוציא דעם גאנצן מנין מיט ברכת הגומל.
נאך תפילת שחרית האט זיך די גאנצע קבוצה אין שפיץ פון רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין ראמעניא. דער וועד הנסיעה האט צוגעשטעלט א ספעציעלער באקוועמער באס מיט אלע באקוועמליכקייטן פאר אזא לאנגע רייזע.
בערך 3:00 אזייגער (9:00 צופרי אויף אונזער זייגער) איז מען אנגעקומען צום ראמענישער גרעניץ. אין געציילטע מינוטן איז די שיירא אריבער די גרעניץ אדאנק די ריכטיגע אינטערווענצן פון פראמינענטע עסקנים, פון וואו מען האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין סיגוט א צוויי שעה'איגן וועג. אויפן וועג האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט דברי תורה און דערציילט סיפורים ועובדות פון אבותיו הק' נבג"מ וואס ער האט געהערט מאביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.
בערך א פערטל נאך פינעף איז מען אנגעקומען אין עיר אבותיו סיגוט, וואו מען האט זיך גלייך געשטעלט דאווענען מנחה דערנאך איז מען איז מען ארויף בחרדת קודש ורתת וזיע צום מקום אדמת קודש דער אוהל הק' פון רבותינו הק' שלשלת הקודש לבית סיגוט, מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע ובנו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע מתפלל צו זיין לטובת הכלל והפרט.
אצינד איז דער עולם מתפלל מיט גרויס התעוררות אין אוהל הק' וואו מען וועט עטליכע שעה מתפלל זיין לפני אבינו שבשמים להפקד בדבר ישועה ורחמים.
שפעטער וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן.
(מאנטאג)
נייעס פון מסע הקודש (ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש): ווי
געמאלדן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום עיר האבות סיגוט אין די
נאכמיטאג שטונדן, וואו מען האט זיך געטראפן מיט די ערשטע קבוצה. עס האבן
שוין דארט אפגעווארט עטליכע גרופעס וואס פארן ארום אין אייראפע אויף די
מקומות הקדושים וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן צו זיין אין סיגוט
אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א דער ממשיך דרך פון די הייליגע גזע עצי
התמרים וואס האבן בשעתם געפירט מדינת אונגארן. נאך
תפלת מנחה וואס מען האט געדאווענט מיט גרויס התעוררות איז די גאנצע גרופע
אינאיינעם ארויס אויפן בית החיים צום אוהל הק' פון מרנן רבותינו הק'. אריינקומענדיג
אין אוהל האט דער ציבור דערקענט די הערליכע ארבייט וואס איז לעצטענס
אריינגעלייגט געווארן צו רענאווירן און איבערצופרישן דעם אוהל הק', נדבת
הרבני הנגיד המפואר ר' משה דוב איידארפער הי"ו, וואס איז צושטאנד געקומען
בהשתדלות הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק. איידער
מען האט אנגעהויבן מתפלל צו זיין האט הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער שליט"א
משב"ק פארגעזאגט די תפלה נוראה פון הייליגן ישמח משה שלום עליך. עס איז
נישט געווען קיין טרוקן אויג אין אוהל זאגנדיג די הייליגע תפלה מיט גרויס
התעוררות און בכיות. נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט משניות
און געזאגט קדיש דרבנן, האט דער רבי א לענגערע צייט גענומען קוויטלעך
פונעם ציבור. איה
השוקל ואיה הסופר צו שילדערן די קומענדיגע מאמענטן וואס וועט שטענדיג
בלייבן אין זכרון ביי אלע מיטרייזענדע, ווען דער רבי שליט"א דער ממשיך דרך
פון די הייליגע צדיקים האט זיך משתטח געווען אויף ציון פון זיינע הייליגע
זיידעס – די ערשטע מאל זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם כס
ההנהגה למלא מקום אביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע – און האט
איינגעריסן אויסבעטנדיג ישועות ורפואות לטובת הכלל והפרט, וואס האט יעדן
אדורכגענומען עד עמקי הנפש און האט געשפאלטן הימלן. פון
סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין נירעדהאז – וואו עס ליגט
די רעביצין אשת חבר פון הגה"ק רבי שלום אליעזר זצוק"ל פון ראצפערט – א
וועג פון עטליכע שעות, וואו מען איז אנגעקומען אינמיטן די נאכט און דארטן
איבערגענעכטיגט א לינת לילה. נאטיצן וואס רייזענדע האבן איבערגעגעבן וואס וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור: · נאכן
דאווענען שחרית אין פריוואטן צוגעשטעלטן צימער אין לופט פעלד, האט דער רבי
שליט"א געזאגט קורצע דברי חיזוק פאר די ארטיגע אונגארישע אידן, וואס זענען
געקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א. · אויפן
ערשטן באס האט הרבני החסיד ר' יחזקאל גליק שליט"א שו"ב פון קרית יואל
פארציילט הערליכע סיפורים און אינטערעסאנטע עובדות פון די צדיקים וקדושים
לבית סיגוט נבג"מ, און פון הייליגן נאסאדער רב זצוק"ל וואס ליגט אין די
שטאט סאטמאר, ווי אויך פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים איבער דעם אמאליגן
עיר ואם בישראל ק"ק סאטמאר. שפעטער
אין טאג וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן פון די
נסיעה און פון די פארברייטונגן צום שבת קודש אין אנטווערפן .
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו:
סאטמארע חסידים פון איבער די גאנצע וועלט האבן לייכט אפגעאטעמט הערנדיג אז די חשובע רעביצין תליט"א אשת חבר פון כ"ק מרן רבינו שליט"א געפונט זיך ב"ה אין א גוטן צושטאנד, נאכדעם וואס מען האט איר אין איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל אין די שטאט דעברעצין פאר באהאנדלונגן, און בחסדי השי"ת, לויט ווי מען געט איבער פון שפיטאל פארבעסערט זיך דער מצב אויף א צופרידנשטעלענדן פארנעם.
מיט צער און שרעק האט זיך דער ציבור - וואס טוען מיטהאלטן מיט שפאנונג יעדן איינצלהייטן פון די געהויבענע נסיעה פון רבינו שליט"א - היינט צופרי אויפגעוועקט צו די נישט גינסטיגע נייעס אז די חשובע רעביצין הרבנית הצדיקת תליט"א וואס איז באקאנט מיט אירע מעשי צדקה וחסד בסתר ובגלוי און איז ווי א מאמע פאר הונדערטער צובראכענע און נויט באדערפענדע אידן, איז נעכטן אינמיטן די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אינמיטן ארומפארן אויף קברי אבות פון אירע גרויסע זיידעס אין מארגרעטן און אין מיהאליפאלווא, וואו די רעביצין תליט"א האט באלד געמוזט דורכגיין א עמוירדזשענסי בראך אפעראציע.
צוזאמען מיט די רעביצין תליט"א איז מיטגעפארן עטליכע קינדער. און אין שפיטאל האט אפגעווארט דער געטרייער יו"ר הנסיעה הרה"ח ר' שלום יוסף דייטש הי"ו, לאנג-יעריגער לייב דאקטאר פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, צוזאמען מיט א גרויסער בארימטער דאקטאר פון בית ישראל האספיטאל אין ניו יארק דר. ריטשארד פריעדמאן נ"י, וואס האט זיך בהשגחה פרטיות אנגעשלאסן אין די נסיעה מיטצוהאלטן די נסיעה פון רבינו שליט"א קין אייראפע צוזאמען מיט ר' שלום יוסף'ן וואס איז לעצטענס אויפגענומען געווארן אלס טשאפלעין אין בית ישראל.
דר. פריעדמאן א היימישער איד פון פלעטבוש, איז א בארימטער ספעציעליסט וועלכער איז באקאנט צווישן דעם היימישן ציבור אין ניו יארק אלס ערפארענער דאקטאר מיט א פילבארן ווארעם אידיש הארץ, האט באלד דורכגעפירט די אפעראציע, און די רעביצין תחי' ערהוילט זיך יעצט אין שפיטאל, אונטערן אויפזיכט פון הרה"ח ר' שלום יוסף הי"ו וואס טרעט נישט אפ פון שפיטאל אין שטייט אין פארבינדונג מיט די דאקטוירים צו זעהן אז די רעביצין ווערט באהאנדלט מיט די גרעסטע געניטשאפט און אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב.
רבינו שליט"א איז באלד נאך תפילת שחרית ארויס צום ביה"ח אין די שטאט נירעדהאז צוזאמען מיט בניו הרבנים הגאונים שליט"א, צום ציון פון די חשובע באבע הרבנית הצדיקת המפורסמת מרת שרה מרים ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער זצוק"ל הי"ד, א טאכטער פון הרב הקדוש המפורסם רבי מרדכי דוב הארנאסטייפלער זי"ע, וואו דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען אז אין זכות פון די גרויסע צדיקת וואס איז געווען באקאנט מיט איר הייליגע מעשים טובים זאל די רעביצין תליט"א האבן א גאנצע ישועה. (רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אמאל רעדנדיג בשבחו פון די באבע דערציילט מיט וואונדער אז אויסער אירע מעשים טובים איז זי אויך געווען א אויסערגעווענליכע קלוגע פרוי, און ער האט איר אמאל געזעהן לערנען דעם ספה"ק פנים יפות).
פון נירעדהאז איז דער רבי שליט"א געפארן אין שפיטאל זיך אומקוקען אויפן מצב פון די רעביצין תליט"א, וואו דער רבי האט געוויילט עטליכע שעה. שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט"א מיט די מקורבים געפארן קיין אוהעל וואו ער האט זיך צוריק פאראייניגט מיט די גאנצע קבוצה מתפלל זיין ביים ציון הק' פון זקינו מרן משה איש אלקים מאוהעל זי"ע.
די גאנצע שיירא – ווי אויך די גבאים ומשמשים בקודש - האבן אויפן באפעל פון רבי'ן שליט"א ווייטער פארגעזעצט מיט די נסיעה. צום ערשט האט מען געדאווענט שחרית אינעם האטעל אין נירעדהאז וואו מען האט סערווירט געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג.
נאך פרישטאג איז מען ארויסגעפארן פוקד זיין די ציונים הק' פון די צדיקים וקדושים וואס מנו"כ געפונט זיך אין אונגארן. צום ערשט איז מען געפארן קיין קאלוב צום ציון הק' פון רבי אייזיקל קאלובער זי"ע וואו דער בעל תפלה איז געווען האברך ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו, דערנאך קיין ליסקא צום ציון הק' פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און נאכדעם קיין קערעסטיר צום ציון הק' פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א. ביי אלע פלעצער האט מען דערמאנט די רעביצין הרבנית הצדיקת מרת חי' שרה בת רבקה טויבא תליט"א לרפואה שלימה ומהירה.
פון קערעסטיר איז מען געפארן קיין אוהעל וואו מען איז אנגעקומען אין די נאכמיטאג שטונדן, וואו דער רבי שליט"א האט זיך באגעגנט מיט די גאנצע שיירא. אין אוהעל האט מיט זיך מקדש געווען בסילודין אין די ווארעמע מקוה וואס איז געווען צוגעגרייט, און מיט א חרדת הקודש און הייליגער ציטער איז מען אריין צום מקום אדמת קודש וואו עס ליגט דער הייליגער ישמח משה זי"ע, וואס האט בשעתו באלאכטן די וועלט מיט זיין גאונות צדקות און קדושה וטהרה.
דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א פון קרית יואל, וואס האט פארגעזאגט די קאפיטלעך מיט גרויס התעוררות. דער ציבור האט מיט הייסע תפילות און בקשות איינגעריסן פאר צרות הכלל והפרט, ובפרט ביי אמירת יהי רצון און י"ג מידות הרחמים האבן די בכיות און צעקות געשפאלטן הימלן, און יעדענס הארץ איז צוגאנגן מרוב בכי.
נאך אמירת תהלים האט דער רבי שליט"א גענומען קוויטלעך און דערנאך האט זיך א לענגערע צייט משתטח געווען אויפן ציון הק' איינרייסענדיג קדם אבוהן דבשמיא להזכר ולהפקד בדבר ישועה ורחמים. ארויסקומענדיג פון ציון הק' איז דער רבי שליט"א געווען גוט אויפגעלייגט און האט יעדן אנגעוואונטשן בשמחה וצהלת פנים, אז מ'זאל האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס.
פון אוהעל האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין טארנע, וואו דער רבי שליט"א פראוועט אין די יעצטיגע מאמענטן די סעודת הילולא רבתי לרגל הילולא קדישא פון הרב הקדוש רבי ר' אלימלך זי"ע.
צום מסע הקודש אי-מעיל אדרעס איז אנגעקומען פילע נאכפראגעס פון גרופעס וואס פארן יעצט ארום אויף די מקומות הקדושים, וועלכע ווילן מיטהאלטן די יארצייט סעודה אין טארנע בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א, און זיין אויפן ציון הק' אין ליזענסק צוזאמען מיט רבינו שליט"א. איינער פון אונזערע עסקנים שטייען אין פארבינדונג מיט אנווייזונגן פאר יעדע גרופע נאכצוקומען זייער פארלאנג.
באזונדערס האבן זיך נאכגעפרעגט א חשובע קבוצה פון פראמינענטע נגידים פון פלעטבוש וואס פארן אין די טעג ארום אויף די מקומות הק', אראנדזשירט דורך הרבני הנגיד ר' ישראל הארטמאן הי"ו מחשובי עסקני מוסדותינו הק' בעיר פלעטבוש ואתו עמו הרבני הנגיד המרומם ר' יעקב יוסף עלבויגן הי"ו תומך נלהב לטובת מוסדותינו הק', וואס האט פארגאנגענעם א' סליחות אראנדזשירט א מסיבת התרוממות לטובת מוסדותינו הק' בביתו אין פלעטבוש לכבודו פון רבינו שליט"א.
אנדערש ווי געפלאנט קודם צופארן קיין צאנז און דערנאך קיין טארנע, וועט מען אי"ה מארגן פארטאגס פארן קיין צאנז זיך משתטח זיין אויפן ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פון דארט וועט מען פארן אויף ליזענסק פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי ר' אלימלך זי"ע.
(מיטוואך)
ווי געמאלדן אין די נעכטיגע נייעס, איז רבינו שליט"א מיט די שיירא אנגעקומען דינסטאג נאכט אין טארנע, וואו דער רבי שליט"א האט געפירט גאר א דערהויבענעם טיש לרגל הילולא קדישא פון הרב הקדוש רבי ר' אלימלך זי"ע.
ביים אנקומען צום האטעל איז זיך דער רבי געגאנגן אפרוען אויף א האלבע שעה, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין זאל צו תפלת מעריב. די עסקנים האבן במשך די צייט הערליך צוגעגרייט דעם זאל פאר די סעודת הילולא מיט א סעודה גדולה כיד המלך.
מיט גרויס פרייד האט "מסע הקודש" דערהאלטן די ידיעה אז עטליכע גרופעס וואס האבן זיך פאראינטערעסירט אנצוקומען קיין טארנע מיטצוהאלטן די סעודת הילולא בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א, האבן דערגרייכט זייער ציהל און זענען בשעה טובה ומצלחת אנגעקומען צו די סעודה. אין א שריפטליכן שמועס מיט איינע פון די מיטפארער האט ער אונז פארציילט אז עס איז אנגעקומען עטליכע פופציג בחורים פון א ישיבה אין גאלדעס גרין אין שפיץ פון זייער ראש ישיבה, וועלכע האבן שוין דארטן אפגעווארט דעם רבי'ן און געגעבן שלום. אויך איז אנגעקומען א גרויסע גרופע אנ"ש פון לאנדאן ספעציעל האט אנגעזעהן הרבני הנגיד ר' חיים אפרים פרענקל שליט"א.
אויך האט זיך ארויסגעזעהן די גרופע פון נאנט צו 20 אידן פון פלעטבוש צווישן זיי עטליכע גרויסע פילאנטראפן וועלכע זענען געקומען צופארן פון ראדאמסק מיטצוהאלטן די סעודה אין טארנע. די גרופע נגידים האבן געהאט די זכי' זיך מזכיר צו זיין ביים רבי'ן שליט"א וואס האט יעדן פערזענליך אנגעוואונטשן מברכותיו הק'.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און אפגעראכטן א געהעריגן טיש, און טראץ וואס די לעצטע אכט און פערציג שעה ממש לא נראו שינה בעיניהם, דאך האט זיך נישט געמערקט קיין שום מידעקייט צווישן דעם ציבור און מיט א פרישקייט האט דער פול-געפאקטער זאל מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טיש אין ווייטן גאליציע כבנים על שולחן אביהם,
דער רבי שליט"א האט פארטיילט שיריים פון די גרויסע חלה וואס איז געברענגט געווארן פון אמעריקא, און פון א גרויסע פיש וואס הרה"ח ר' אברהם ברוין הי"ו האט מיטגעברענגט לכבוד די סעודת הילולא. דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א האט געשטעלט וויין, און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם בעל הילולא זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל בכלל און אויף אלע משתתפים בפרט געבענטשט צו ווערן בכל מילי דמיטב.
במשך די סעודה האט דער עולם געזינגן וואראמע ניגוני דביקות און התעוררות מיט גרויס התלהבות ורגש דקדושה, און מען האט אויך געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ דקהלתינו הק' און דומ"צ קהלתינו אין בארא פארק.
"פאר די סעודה אליין האט זיך געלוינט די נסיעה און אירע פילע שוועריגקייטן" האט זיך צו אונז אויסגעדרוקט איינער פון די חשובע מיטרייזענדע, אין א פערזענליכן מעסעדזש. דאס זעלבע האט איינער פון די חשובע נגידים פון פלעטבוש געשריבן, ווי פאלגענד: "דער עולם איז זייער נתפעל געווארן פון די דברי התתעוררות און ווארעמע זמירות. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר אונזער גאנצע גרופע, און איינער פון אונז האט זיך אויסגעדרוקט נאכן טיש אז איך האב מיך ממש געשפירט וואו אינדערהיים."
נאך די סעודת הילולא וואס האט זיך געענדיגט קרוב כחצות הלילה איז זיך דער עולם געגאנגן אנלאנען אויף אפאר שעה, זיך אנצושעפן ווייטערדיגע כוחות פארן קומענדיגן טאג, ווען מען ווי געמאלדן זיין אין צאנז אויפן ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פון דארט וועט מען פארן אויף ליזענסק פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי ר' אלימלך זי"ע.
נייעס פון וועד הנסיעה:
דער צענטראלער אפיס פון וועד הנסיעה אויף ראדני סטריט ווירבלט אין די לעצטערע טעג ווי א בינען שטאק מיט פארשידענע אקטיוויטעטן בנוגע דעם געהויבענעם שבת קודש אין אנטווערפן בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א. די עסקנים געבן זיך אפ מיט יעדן קליינעם דעטאל וואס ברויך ערלעדיגט ווערן אז עס זאל ווערן ערפולט בשלימות ובנאמנות.
אן א צאל טעלעפאן רופן ווערן אפגעענטפערט יעדן טאג פון פילע אריינרופער וועלכע ווילן אנפרעגן פראגען בנוגע די נסיעה בכלל, און א גרויסער מספר מענטשן ווילן זיך נאך אנשליסן אין די לעצטע געלעגנהייט מיט די גרויסארטיגע היסטארישע נסיעה קיין אנטווערפן נישט וועלנדיג פארפאסן א געשעעניש וואס וועט בלייבן א לאנגע צייט די הויפט נייעס און טעמע צווישן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, און וועט לאנג בלייבן אין זכרון ביי יעדן באטייליגטן.
ספעציעל האבן זיך די עסקנים אפגעגעבן מיטן צושטעלן פאר יעדן גאסט זיין אכסניא אויף שבת קודש, ווער אין א אכסניא, און ווער אין א האטעל צימער, אא"וו. די עסקנים ארבייטן צו איין ריטעם ארום דעם זייגער, שטייענדיג פארבינדן מיט די עסקנים פון וועד קבלת פנים אין אנטווערפן, אז עס זאל ארויסקומען פונעם שבת קודש א ריכטיגער כבוד שמים און הרמת קרן קהלתינו הק'.
ווי געמאלדן האט דער וועד הנסיעה די וואך מאנטאג אראפגעשיקט א גרופע יונגעלייט, פלייסיגע עסקנים, זיי זאלן מיט זייער עקספערטיז ארויסהעלפן פאר אונזערע אחים לדיעה תושבי עיר אנטווערפן, איינצוארדענען דעם שבת קודש בכלל און אלע איבריגע מאורעות און מסיבות בפרט, אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם, ווי עס פאסט זיך לכבוד דעם געהויבענעם גאסט כ"ק מרן רבינו שליט"א און לכבוד קהלתינו הק' אשר יסודתו בהררי קודש.
אין א באזונדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן פארן מסע הקודש אפטיילונג אז היינט נאכמיטאג האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע פון עטליכע מנינים בעלי בתים און יונגעלייט אויף א נסיעה קיין ליזענסק מיט די בארימטע איידיעל טאוערס, אראנדזשירט דורך הרה"ח ר' יקותיאל משה שניצלער הי"ו. די שיירא וועט גלייכצייטיג ארומפארן אויף פארשידענע אנדערע מקומות הקדושים אין פוילן און וועלן דאנערשטאג נאכט פארן קיין אנטוערפן שובת זיין דעם שב"ק פרשת ויקהל בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ווער עס וויל זיך נאך אנשליסן אין די נסיעה קיין אנטווערפן אויף שבת קודש הבעל"ט זאל ווי שנעלער רופן צו עפשטיין טראוועל אויפן נומבער: 718-218-7770 וואס שטעלט צו רעזערוואציעס מיטJET-AIRWAYS וואס פארט ארויס דאנערשטאג נאכט 8:00 אזייגער, אדער רופט צו DO-ALLטראוועל אויפן נומבער 718-301-1473, וואס שטעלט צו רעזערוואציעס מיטן אמעריקן עירליין, וועלכע פארט ארויס דאנערשטאג 6:15 אווענט. ביידע טריפס וועלן בעזהשי"ת זיין צוריק אין ניו יארק זונטאג צופרי אום 12:00 מיטאג. פלעצער זענען באגרעניצט וכל הקודם זכה,
נייעס פון אנטווערפן:
די שטאט אנטווערפן איז איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע אטמאספער, ווען איר גאנצער חרדי'שער אידנטום גרייטן זיך מיט יראת הכבוד און מיט זעלטענעם התרגשות והתרוממות צו ענטפאנגן מיטן ריכטיגן כבוד התורה דעם געהויבענעם גאסט כ"ק מרן רבינו שליט"א, דער גרויסער מנהיג של רבבות אלפי ישראל, וועלכער קומט אן קיין אנטווערפן היינט נאכמיטאג וואו דער רבי ווערט אפגעווארט דורך א ריזיגן ציבור זקנים ונערים חסידים ואנשי מעשה, תושבי עיר אנטווערפן אין פארענט פון בית מדרשינו אויף יאקאב יאקאבס שטראסע, מלך ביופיו תחזינה עינינו.
עס איז שווער צו שילדערן אין די ראמען פון א ארטיקל וואספארא געהויבענע שטימונג עס הערשט אין די טעג איבער די גאסן פון די היימישיע שטאט אנטווערפן. עס איז בלויז גענוג זיך צו פארבינדן מיט א קרוב אדער א ידיד וואס וואוינט אין אנטווערפן און אים אנפרעגן דערוועגן, וועט איר זיך באמת'ן איבערצייגן אז מיר זענען היפש הונטערשטעליג ווען מיר שרייבן אז דער מצב אין שטאט איז געהויבן אדער יום טוב'דיג, אדער אזעלכע ענליכע בלאסע לשונות.
צו וועמען מען רעדט קיין אנטווערפן פון סיי וועלכע קרייז רעדט מיט שפאנונג איבער די נסיעה פון סאטמארען רבי'ן שליט"א. קינד און קייט, יונג און אלט, פון אלע היימישע קרייזן און איבער אלע בתי מדרשים פון שטאט איז אצינד די טעמע די ערווארטונג פון רבינו שליט"א אין אנטווערפן בכלל, און איבער דעם געהויבענעם שבת קודש הבעל"ט וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, וואס די שטאט אנטווערפן האט שוין לאנגע יארן נישט געזעהן און מיטגעהאלטן.
אין די זעלבע צייט רוען נישט די ענערגישע עסקנים אפילו אויף איין מינוט!, יעדע גרופע עסקנים געט זיך אפ מיט זיין אויפגאסע, אהערצושטעלן יעדן דעטאל אז דער באזוך פון רבינו שליט"א זאל קלאפן עצהיו"ט. ספעציעל ארבייטן די עסקנים אין אנטווערפן האנט ביי האנט מיט די לאקאלע עסקנים פון איבער די גאנצע וועלט, צוצושטעלן אכסניות פאר אלע געסט, פארשאפנדיג דירות, און ארויסדינגענדיג האטעל צימערן פאר חשובע און פארמעגליכע אידן, און דירות פאר משפחות מיט גרעסערע קינדער, וואס קומען צופארן פון גאנץ אייראפע.
א באזונדערן בנין איז ארויסגעדינגן געווארן פאר העכער הונדערט בחורים פון די סאטמארע ישיבה קטנה אין לאנדאן וואס קומען צופארן אויף שב"ק וועלכע וועלן זיך געפונען אונטערן פון זייערע מגידי שיעור, וואס קומען מיט זיי אינאיינעם.
ווי די עסקני האש"ל פון לאנדאן געבן איבער, האט זיך פון לאנדאן זעלבסט געמאלדן העכער פיר הונדערט געסט בליעה"ר, וועלכע קומען צופארן מיטהאלטן דעם שבת פון רבינו שליט"א. די עסקנים קענען פשוט נישט נאכקומען דער געברויך פון צושטעלן אכסניות און אש"ל פאר אזא ריזיגן ציבור קע"ה, און אין די זעלבע צייט רעזערווירן דעם עולם מיט טראנספארטאציע קיין אנטווערפן.
די גרופע עסקנים וואס זענען ספעציעל אראפגעשיקט געווארן פון ניו יארק האבן שוין גענומען די לייטשעס אין די האנט און זענען שוין שטארק טעטיג ארבייטנדיג מיט גרויס אייפער צוצוהעלפן בכל מה דאפשר אויף יעדן געביט וואס פעלט זיך אויס הילף, און מיטן כח ברבים און אחדות וועלן זיי בעזהשי"ת דערגרייכן אלעס מסדר צו זיין אין די לעצטע פאר טעג ביז צום געהויבענעם שבת הבעל"ט.
אצינד שטייט דאס אנטווערפענער אידנטום אפגערוקט בלויז געציילטע שעות ביזן געהויבענעם לאנג-ערווארטעטן מאמענט, ווען דער רבי שליט"א וועט בשעטו"מ אנקומען אויפן אנטווערפענער באדען, און עס וועט זיך אנהייבן די קומענדיגע ימי שמחה וואס וועט אנהאלטן אויף פינעף טעג, ביז מאנטאג מיטאג פרשת פקודי הבעל"ט ווען דער רבי שליט"א וועט בשעטו"מ פארלאזן די שטאט און זיך צוריק קערן קיין ניו יארק לביתו נאוה קודש.
שפעטער אין טאג וועלן מיר געבן מער פרטים איבער די נסיעה אין צאנז און אין ליזענסק, ווי אויך א באריכט פונעם געהויבענעם באזוך אין די שטאט אנטווערפן און איבער די פארברייטונגן צום שבת קודש הבעל"ט.
תוקן על ידי ערליכעאיד ב- 27/02/2008 19:22:01