קומט פאר א שטילע אין אנגעצויגענע מחלוקה
ווי למשל היי ראש השנה האבן קיין איין רבי פין די צוויי נישט געוואלט מאכן א מי שברך איינס פארן צווייטן
ווען האדמו"ר מהר"א איז געקומען קיין אנטווערפען תשנ"ט מיט א שטוערם פין איבער טויזנעט חסידים
איז האדמו"ר מפשעווארסק אוועק געפארן אויף שבת
פאר צוויי יאר צוריק איז ר' לייביש געקומען קיין ניו יארק חתונה מאכן יענעם טאג איז האדמו"ר מהר"א
אוועק געפארן איין קאליפארניע ווייל ער האט נישט געוואלט גיין צי די חתונה
די חסידים פין ביידע רבי'ס לייגן אן שולד איינס אויפן צווייטן
האדמו"ר מפעשווארסק חסידים זאגן אז מיט האדמו"ר מהר"א קען מען זיך נישט אויס קומען
ער איז הארטער כאראקטער אין ר' לייביש איז א איידעלער מענטש
האדמו"ר מהר"א חסידים זאגן אז מיט האדמו"ר מפעשווארסק קען מען זיך נישט אדורך קומען
ער איז צי אנגעבלאזן, אין אלע זיינע גבאים אין ארומיגע זענען האדמו"ר מהרז"לס חסידים
אין זיי געבן אים גרויס געלט אין זיי זענען בעה"ב אויף אים ממילא קען ער זיך נישט אויס קומען מיט אים
ווי אזוי סזאל נישט זיין, שפילט דעס מורא'דיג אריין אין האדמו"ר מהרז"לס הענט
ווייל ער קען ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז ער האט מיט זיך א אנערקענטע רבי
וואס ביז יעצט איז עס נישט געווען אזוי בולט
וועט עס יעדער זען ביי דעם יעצטיגעו וויזיט, זיין הערצה צי אים
ער גייט קומען צים קבלת פנים ,צים טיש פרייטאג צי נאכטס ,אין סהייסט צי געלט אקציע אויכט
וואס ביז דערווייל האט ער עס נאך פאר קיינעם נישט געוויזן אזא הערצה