היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סך הכל פין חסידות סאטמער אין אנטווערפען

סך הכל פין חסידות סאטמער אין אנטווערפען

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367061

השר_מקוצי » 24/2/2008 22:43


 

היות עס טוט זיך לעצצטענס דא איבער א נסיעה וואס מוהרז"ל נעמט אינטער קיין אנטווערפען,

האב איך געוואלט וויסען צי וועם ער פארט,ווי גרויס איז זיין קהלה דארט,
 וואס האט סאטמער אין אנטעווערפען צי פארקויפן אזאש אז עס לוינט זיך אהינצישיקען די פארענטשעס מיט א שיף,
 
כ'האב גע'עפענט די "סאטמער'ע אנשי שלומינו" פין פאראיאר, כ'האב אפגעציילט וויפיל סאטמערע מענטשן- תושבי אנטווערפען- זיי האבן געליסטעט,
ליינט אין שטוינט פאר די רעלטאוטען, איך האב געציילט נאר ביז אות ל' - דאס הייסט די משפחה נאמען וואס הייבט זיך מיט א למד,
אין עס איז נישט געווען מער ווי  דריי אין זעכציג מענטשן!!!!! {63} יעצט לאמיר עס דאפלען אדער אפילו טריפלען ווייל איך האב דאך געציילט נאר ביז אות למד וועט אויסקימען אז עס איז דא  קנאפע הינדערט פינף אין זיבציג מענטשן, פין דעם לאמיר אראפנעמען לאמיר זאגען צוואנציג ארונים,  וועט אויסקימען אז רז"ל האט אין אנטווערפען גאנצע הינדערט פיפציג מענטשן,

פאר די קליינע צאל מענטשן שיקט מען פארענטשעס מיט א שיף??????
איז נישט ביליגער צי שיקען, מיט א ערעפלאן הינדערט פיפציג ציזאם לייג בענקלעך אז יעדער זאל קעענן שיין זיצען אין מיטהאלטן די טישען???
איך האלט אז פאר די קליינע צאל סאטמער חסידים אין אנטווערפען וואלט געווען אסאך ביליגער,
אויב מען קויפט דארט אויפן פלאטץ 10 צוזאם לייג בענק, ושלום על ישראל, יעדער וועט האבן ברייט פלאטץ!!!!
 
-------------

ווער עס איז באקאנט איבער די סאטמערע קהלה אין אנטווערפען, וויפיל מענטשן זיי האבן טאקע, מעגליך אז די "אנשי שלומינו ליסטע" האט נישט אלע מענטשן, ווערט געבעטן עס מודיע צי זיין







תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 24/02/2008 22:49:02

לעבעדיגער » 24/2/2008 22:51

דאס ערשטע טעות איז דאכצעכמער אז עס איז נישטא קיין הונדערט פופציג אויך נישט!... דאס איז ערשטענס,

צווייטענס, אהרונים זענען דארט דא מער ווי צוואנציג, זיי פירן די גאנצע התאחדות אברכים און די שעורים דארט, נאר וואס, די מוסד איז אין די האנט פון די זאליס, ביז לעצטענס איז נאך דער ביהמ"ד געליגן אויך אויף די נאמען פון אהרונים געמישט מיט זאלי'ס, נאר מיט א שווינדל האבן זיי דאס איבערגעשריבן, כידוע ליודעים.

אויב ברענגט איינער דא פונקטליכע נומערען וואלט עס געווען גאנץ אינטערסאנט.

דוד46 » 25/2/2008 00:31

30 אהרונים

120 סאטמארער חסידים

נאך 30 וואס זענען צווישן ביידע

hotwire » 25/2/2008 01:10

דוד אינטרעסאנט אז דו ביסט מודה אז 30 האבין זיי יא

kleinekup » 25/2/2008 02:52

בערך 200 משפחות

75 הייסע חסידי מרן שליט"א

60/ 70 חסידי אחיו הקטן ממנו.

און די רעשט א מיקס בני יואל וכו'