היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דאנערשטאג תשעה באב בעטרת בלעם

דאנערשטאג תשעה באב בעטרת בלעם

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2367047

ארגינעלער » 24/2/2008 22:24

די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האבן די זאליס געמאכט א כינוס התלמידים אינעם זאל פון עטרת בלעם אין ווילי, זיי האבן געמאכט ריזיגע קאלערדיגע פאליקאטען און געשיקט טייערע הזמנות, און געלייגט בלעטער אין דער איד דערוועגן, אבער ליידער איז געווען דארט

תשעה באב

מען האט פאר געליינט די קינות ברבים...

עס איז נישט געווען דארט קיין 150 אינגעלייט די בושות דארט איז געווען עד אין לשער, מען האט געווארט און געווארט און געווארט אז דער עולם זאל אנקומען נאכן ווארטן אזוי לאנג און דער עולם איז נישט אנגעקומען איז שלמה יעקב געלדמאן צוגעגאנגען און אנגעהויבען צו רעדן.

ער האט געוויינט און געשריגען אפען מייק וואס איז דאס ווי איז הכרת הטוב, ווי זענען די אלע תלמידים וואס אונז האב מיר ארויסגעגבען, ער האט געשריגען אז מען גייט אונטער און דער עולם לאכט זיך אויס קומט קומט נישט אן, ער האט פאר געזאגט א לאנגען קינות און געוויינט אין וואספארא חובות די קווינס ישיבה געפינט זיך און די תלמדים אינטערסירט עס בכלל נישט.

נאך אים האט גערעדט אברמי לעפקאוויטש וואס האט אויך פארפירט און געוויינט אויף זיין שטייגער און געשריגען אז מען גייט באנקראט און דער עולם געט נישט קיין געלט, נישטמאהל צו א מסיבה קומט מען, ער האט האט געמיינט אז ער וועט דא אריין קומען אין זאל וועט עס זיין געפאקט אבער דערווייל איז עס ליידיג און פוסט, שעמטס ענק אלע וואס זענען נישט דא האט ער געשריגען.

האלב רעדנערס וואס האבן געדארפט רעדן האבן בכלל נישט גערעדט ווייל מען האט ווי שנעלער געוואלט ענדיגען אז די בושות זאל שוין דורך גיין, רז"ל איז דארט געווען פאר 20 מינוט און ער האט גערעדט דארט קנאפע 3 מינוט (ער האט נאר פארדינט ער האט נישט געדארפט זאגן קיין תורה..)

אזוי איז געפראוועט געווארן די הערליכע תשעה באב אינעם עטרת בלעם זאל.

דוד46 » 24/2/2008 22:28

אויף אזא תגובה וואונטשט מען ביי אונז ... א פרייליכן פורים...

נסיעהסז » 24/2/2008 22:36


עס איז געווען שושן פורים קטן סעודה , געלט אקציע פאר די מוסדות און שלמה יענקל האט דארט זיך פארגעקוקט די פורים תורה'ס

_________________

kleinekup » 25/2/2008 03:38

וויפיל איז אמת?

קען מען פליז פארציילן קודם טריקענע נייעס

און דערנאך צילייגען פעפער אין זאלץ

א דאנק

נסיעהסז » 25/2/2008 22:52

נאר בילדער פון די אויבן אן ,פון עולם קען מען נישט ( אפשר ביז דער יוד וועט פעיסטן)
http://www.ivelt.com/index.php?option=com_imagebrowser&folder=mesibos%2Fkin&Itemid=36

_________________

דוד46 » 25/2/2008 23:45

אן אויבןאן איז יא געווען?...

נסיעהסז » 25/2/2008 23:58

יא יעקב בער - יואולי - ליפא - א ט"ב פעמילי אווענט

_________________

allgood1s » 2/3/2008 06:52

ווי איז טאקע די בילדער פונעם עולם?

אפשר די איסור פון בילדער איז נאר פונעם עולם?

http://www.theyeshivaworld.com/gallery/main.php?g2_itemId=23126