היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליפא ארויס פון BIG EVENT

ליפא ארויס פון BIG EVENT

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2366941

יכול » 24/2/2008 19:28

לויט די ישיבה ווארלד וועבסייט, האט ליפא ארויסגעבעקט פון די קאנסערט און וועט נישט זינגען דארט, אויך וועט ער אינגאנצען טוישען זיין סטייל פון זינגען און וועט מער נישט זינגען קיין גוי'שע ניגונים.

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/14875/EXCLUSIVE:+Lipa+Schmeltzer+Backs+Out+Of+Big+Event+Concert!.htmlBig+Event+Concert!.htmlBig+Event+Concert!.html

לעבעדיגער » 24/2/2008 20:46

א געלעכטער אין א זייט:
א איד זאגט מיר, יעצט וועט יעדער פרעגן ליפא: Where are you gonna be march 9 ???.....

techjew » 25/2/2008 00:14


זאיס שוין דא איבער 120 comments וואס מענטשען שרייבען וועגן דעם, קןקט אויס ווי רוב עולם האלט אז זאיס א פערזענליכע קאמפעין פון א. פריעדמאן פון נחמת ישראל אנטגעקען ליפא.
די זעלבער איז געשטאנען בראש אנטגעקן די עירוב אין ב.פ.

https://www.blogger.com/comment.g?blogID=6113113659847582922&postID=5800868766261137266

עבדעברי43 » 25/2/2008 00:29

דאס איז א פערזענליכע מחלוקה .פון זיין ברודער אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס ער האט אנגעזעצט מענטשען בפועל ממש און מיט געלט זאכן. .
 
די מלחמה קעגען ארטיסטן איז נאר געפירט געווארן קעגן די גרעטש בילדינג און נישט קעגען די עכטע פארקויפערס פאר ארטיסטן. .
 
די מלחמה קעגען עירוב איז נאר געפירט געווארן וועגן כבוד פון הרב ביק און מען האט אריינגעדרייט סאטמאר(רז"ל פארטיי)  אינמיטן.

. די מלחמה קעגן ניקלסבורג איז אויך געווען פערזענליך דורך די לופערס און שמואל פרד און מען האט אריינגעדרייט סאטמאר אינמיטן.

די מלחמה קעגן בעלז איז אויך געווען א פערזענליכע נאך די הסתלקות פון רבין זי"ע. האבען זיי מורא געהאט אז ער וועט ווערן א רשכבה"ג האבען זיי עהם באשייגעצט מט א קול קורא. . און זיי האבען זיך מכלומערשט אנגענומען פארן כבוד פון חת"ס.

די מלחמה קעגן עירוב האט זיך שוין גענדיגט. ווייל קושטא קאי און שיקרא לא קאי. . עס איז נאך געבליבן א פאר מטורפים מנוולים וואס גלייכען צו שרייען אויף פרויען . זיי ווילן מען זאל זיי אנקוקען.

לעבעדיגער » 25/2/2008 00:34

נאכנישט זיכער אז ער האט צירוקגעצויגן, איינער זאגט מיר קראנט אז נישט, ער האט גערעדט מיט די ארגענעזירער.

חוץ דעם איז אינטערסאנט אז ווען מ'גייט ארויף אויף זייער וועב-סייט ארבייט עס נאך געהעריג, מ'קען באשטעלן זיצן פונקט ווי די פארגאגענע וואכן.

זייער וועב-סייט איז:
http://www.nybigevent.com/

Ziskeit » 25/2/2008 00:43

אויף זיין סעלפאן נאמבער זאגט ער קלאר אז ער האט צוריקגעצויגן.

845-826-1994

_________________

techjew » 25/2/2008 00:45

 יושע מענדאלוויטש, די אנפירער פון די קנצרט זאגט אז די קנצרט גייט אן ווייטער.
אבער אז ליפא איז אינדרויסען ווי אזוי קען די קנצרט אנגיין?

elmonsey » 25/2/2008 03:59

Ziskeit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף זיין סעלפאן נאמבער זאגט ער קלאר אז ער האט צוריקגעצויגן.

845-826-1994


וועמענס סעלפאן איז דאס?

_________________

Stop Hillary Express

Ziskeit » 25/2/2008 08:38

יושע מענדלאוויטש וויל נאכנישט איינזען דעם ביטערן מציאות. ער האט געזאגט אז ער גייט מארגן גיין צו זיין רבי'ן, ר' דוד פיינשטיין, און פרובירן צו סעטלען די זאך, און וועגן דעם שטופט ער ווייטער דעם "ביג איווענט" און פארקויפט ווייטער טיקעטס.

אבער ליפא איז "טרו וויט איט" און ער גייט נישט זינגען, און אן ליפא איז נישטא קיין קאנצערט. ער פאלגט אויס דעם פארלאנג פון חשוב'ע רבנים וואס האבן זיך געוואנדן צו אים.

_________________

techjew » 26/2/2008 01:59

האט נישט ליפא געמאכט א קאנטרעקט מיט יושע מענדאלוויטש?
קען  ער נישט ברענגען ליפא און קאורט אדער אין בי''ד?

techjew » 26/2/2008 02:12

קוקט אויס אז שלומי גרטנר איז נאך אלץ אין די קנצרט

elmonsey » 26/2/2008 03:33

גראדע זעה איך אז מ'פארקויפט נאך טיקעטס אין דא זאגט מען אז ס'איז בטל

_________________

Stop Hillary Express

techjew » 26/2/2008 05:17

שלומי איז שוין אויכט אראפ פון די וועבסייט

allgood1s » 26/2/2008 08:11

איינער ווייסט אפשר וואס איז געשעהן מיט "וואס איז נייעס"?

לא די ער טיט נישט אפדעיטען די אלע ברעיקינג ניוס, וואס ער האט צוגעזאגט צו זיין די ערשטע צו מעלדען, האט ער אראפגערוקט די נייעס ביז די פריערדיגע טאג?

דאקעגען ישיבה ווארלט האט כסדר פרישע אפדעיטס

U/D Feb 24 2008 7:00 PM With rumors floating around the Internet, VIN News has reached out to Sheya Mendlowitz the producer of the concert who gave us the following statement

"Regardless of what is being said in the name of , Or by Lipa Shmltzer, "until there is a joint statement from, Sheya Mendlowitz, Yisroel Lamm, Lipa Schmeltzer, Shloimie Gertner, & Simchat Tzion the concert is still on". we are all under contract & therefore regardless what you read or hear untill there is a joint statement made, everything remains as is. we hope to resolve this issue very soon." said Sheya.

U/D: 02/25/08. 16:51 VIN News has learned, there are some developments regarding the status of the concert, and as soon its available to be announced to the public, VIN News will be your first source to break the news

Ziskeit » 27/2/2008 05:40

מיר וועלן נאך אלע באצאלן א טייערן פרייז פאר ליפא'ס פלאפ.

ער האט אומווילנדיג פארשטארקט די פאוער פון די רשעים ארורים וועלכע האבן שוין אומגליקליך געמאכט אזויפיל אידן.

ווער ס'באמבלט איבער די נארישקייטן פון פאלגן רבנים איז ווערט צו אנגערופן ווערן א שוטה.

דאס איז נישט געווען קיין מערכה פון רבנים נאר פון די זעלבע רשעים וועלכע טוען אפ רשעות שוין פאר די לעצטע 10 יאר, קעגן די אינטערעסן פון רוב וויליאמסבורגער איינוואוינער, ווי איך האב שוין מערערע מאל געשריבן במשך די אנגייענדע דעבאטע איבער דעם ענין.

די מערכה קעגן ליפא איז אנגעפירט געווארן דורך די על קאידא טעראריסטן יצחק שטערן און אשר פריעדמאן.

_________________

Ziskeit » 27/2/2008 05:49

גאסט, דאס פאלגנדע האב איך געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך האב געמיינט אזעלכע תמימי לב ווי דו:

דער עולם גולם דא האט זיך צוגעשטעלט מיט גרויס שאנדע צו די מערכה פון אפאר ליידיגייערס, די זעלבע וועלכע האבן אנגעפירקלט דעם יונגל פון עורה, באקלעבט די פענסטער פון די סאטמארע בוטשער, צעשניטן די זיצן פון די בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס, פארברענט דעם עסן טרעקל, חרוב געמאכט דעם גל פז געשעפט, געשלאגן פרויען און קינדער יעדן שב"ק אין וויליאמסבורג, א.א.וו.

ס'רעדט זיך דא פון א גרופע רוצחים, רויבערס און באנדיטן, וועלכע ווערן ערלויבט אנצוגיין מיט זייער טעראר, ווייל יעדע שטיק צייט רייטן זיי אויף די סענסיטיוויטיס פונעם ציבור, ווי מען זעט אין דעם אשכול.

די גדולי התורה האבן געהאט רעכט מיט'ן אונטערשרייבן דעם צעטל קעגן דעם קאנצערט, אבער די ליידיגייערס און פוסטע יונגען האבן געמוזט אריינלייגן זייער עקל אין די מערכה דורך צולייגן די פאר ווערטער קעגן א פריוואטן מענטש, וועלכער איז גרייט געווען צו קאאפערירן מיט די רבנים.

א בושה און א חרפה.

_________________

Ziskeit » 27/2/2008 06:01

אגב, שפיר איך דא פאר וויכטיג צו ערקלערן פאר'ן ציבור, אז מען זאל מיך נישט אננעמען ראנג.

ליהוי ידוע אז איך בין נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען צו קיין קאנצערט ווייל ביי מיין משפחה איז א קאנצערט געווען טרייף, און אזוי האט מען מיר געלערנט פון אלס קליין קינד. און איך האב אוודאי און אוודאי נישט געפלאנט צו גיין צו די ביג איווענט, וואס כ'האב נישט געהאלטן דערפון צוליב פארשטענדליכע סיבות.

אבער פונקט אזוי האב איך קיינמאל נישט געהאלטן פון די אלע קאנצערטס וואס די אנדערע קרייזן האבן געמאכט וואו עס זענען געזיצן מענער און פרויען אויסגעמישט. (ביי די ביג איווענט האט מען געזאלט מאכן היסטאריע דורך אפטיילן די מענער פון די פרויען), און כ'האב קיינמאל נישט געזען אז די פאר רשעים זאלן פארפירן און ארומגיין צוזאמנעמען חתימות פון רבנים.

ווער ס'האט אביסל מיטגעהאלטן די בלאף מיט וועלכן מען האט דא פארדרייט דעם עולם א קאפ, איז ממש ערשטוינט און שאקירט. מען האט איינגערעדט די רבנים אז מען האט גערעדט צו ליפא'ן און ער איז עומד במורדו, און פאר'ן ציבור האט מען איינגערעדט אז שלומי גערטנער האט זיך ארויסגעצויגן, בשעת שלומי גערטנער איז געווען מער אנטשלאסן ווי ליפא צו זינגען ביי די קאנצערט, און ליפא איז גאר געווען דער וואס האט זיך אונטערגעבראכן ווי א טשיקן און אויפגעגעבן.

ס'איז נישט קיין ספק ביי די אלע וואס האבן אביסל מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעגאנגען אז די רשעים ואכזרים האבן נישט געמיינט אונזער אידישקייט, נאר זיי האבן געטראפן א געלעגנהייט צו דעסטראיען ליפא שמעלצער און זיי האבן גענוצט אונז אלע און די רבנים אלס שפילצייגן פאר זייער מערכה.

_________________

מבקש_האמת » 27/2/2008 06:03

דער שכל זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך ארויסגעצויגן איז דוקא אדאנק דעם דרוק וואס ער האט באקומען דורך די ווערטער וואס זיי האבן געשריבן. ס'גלייבט זיך שווער אז ער וואלט עס געטון ווען נישט דאס.

איך בין איינשטימיג אז אויב האט קיינער נישט גערעדט צו אים און פרובירט ער זאל צוריקציען איז עס א געוואלדיגע רשעות. איך האלט אז אויב דאס איז ריכטיג זאל ליפא פערזענליך אריבערגיין צו די רבנים, ווייניגסטנ'ס צו די גרויסע צווישן זיי, און פארהאלטן דערוועגן. איך גלייב אז ער וועט קענען באקומען פון די רבנים א צעטל וואס זאל אים ריינוואשן, ווייניגסטנ'ס מחזק זיין.

Ziskeit » 27/2/2008 06:10

איך האב הנאה אז ליפא זאגט עס אליינס אין זיין מעסעדזש, ווי יעדער קען הערן, אז קיינער האט נישט גערעדט צו אים,  און די רשעים האבן אונטערגענומען די מערכה אן פרובירן פארדעם צו רעדן צו אים מיט שיינעם.

זאל יעדער זען וועם מיר האבן נאכגעפאלגט ווי קעלבער.

_________________

techjew » 27/2/2008 09:11

די סיבה פארוואס ליפא איז ארויס איז מ'האט עיהם געסטראשעט מיטען ערגסטע.
ר' חיים לייבוש רטנבורג פון מאנסי האט געסטראשעט מיטן ארויסווארפען זיינע קינדער פון חדר.
וכו' וכו'
די חורבן איז אז רוב מענטשען מיינען כאלו די רבנים זענען אנטגעקן די קנצרט מיטן גאנצען אייפער.
ווען די פריעדמאן והקליפה גייען צו די רבנים זיי זאלען אינטרשרייבען די צעטל, קענען נישט די רבנים זאגען ניין, ווייל זיי גייען עיהם באשמוצען אויף די גאס וכו'
מ'רעדט איין די רבנים אז קנצרט איז די חורבן היהדות פון 2008

א ראיה אז די גאנצע זאך איז אנטגעקן ליפא פערזענדליך, איז ווי זיסקייט האט שוין געשריבען אז ביים צעטל איז געשטאנען אז שלומי גרטנר איז ארויס, וואס איז געווען פאלטש!
און אז ליפא וויל נישט ארויסגיין, 
זיי האבען קיינמאל נישט אפילו גערופען ליפא!

allgood1s » 3/3/2008 23:12

elmonsey » 5/3/2008 03:40

איך האב גערעדט צי ר'ליפא נעכטען אין ער האט געזאגט אז אויב די רע-בנים וועלן אסערן העסק גייט ער מאכן אין די זימער "ליפאס טיש" אין דעס וועלן זיי נישט קענען אסערן...

_________________

Stop Hillary Express