היסטארישער שבת פרשת פקודי אין מאנסי
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2366591
שבת פרשת פקודי גייט זיין א היסטארישער שבת פאר סאטמארער יודין
אין די שטאט מאנסי,מרן רבינו שליט"א גייט וויילן דעם שבת דארטן
מיט א ריזין ציבור יודען לכבוד די התמנות אין הכתרות פינעם
נייעם רב דקהל יטב לב דאטמאר מאנסי שליט"א
אן איינקיל פין הגאון פוקה"ד רב וואזנער שליט"א
מוצאי שבת וועט פארקומען די הכתרה פאר'ן רב שליט"א
לויט ווי סהייסט יעצט גייט עס פארקומען אין א ריזין שאטער
דארט וועלן זיך צינויף קומען קימען אלפים ורבבות יודין
ובראשום מרן רבינו הקדוש שליט"א
ער קען קומען מיט טויזנטער מענטשן אויף מאנסי
סאיז אבער איין זאך א ריכטיגער
חילול שם שמים ברבים
פארוואס איז עס א חילול שם שמים?
_________________
Stop McCain Express
זאג נאר וואס טוט דיר מער וויי
דער חילול שם שמים,אדער דער רבים
[בילד – נישט אפגעהיט]_________________
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 27/02/2008 4:22:51
ווי איז די פלאץ ווי דער גרויסער מעמד פין מוצאי שבת גייט פארקומען ?
עס רודערט זיך אויף טישן און אויף בענק. מען גרייט צו א מעכטיגן שבת וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
ווי איך הער גייט דער שבת קאמפּיטן מיט יענעם גרויסן שבת, א וואך נאכדעם וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז נפטר געווארן.
מענטשן פלאנען צו קומען פון אלע עקן. עס וועט זיין א שבת וואס עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן.
גייט דער מוצאי שבת זיין אן אפציעלע הכתרה ?
_________________
ווען קומט אדמו"ר מהר"א אן קיין מאנסי קומט ער שוין דאנרשטיק
גייט ער גיין וויזיטן רבנים
גייט ער גיין צי זיין שוואגער ר' חיים יושע
ווי איך הער פון די עסקנים קומט א גרויסער עולם אויף שבת
מיין חבר פארציילט מיר אז ער האט געוואלט דינגען א דירה דורך אש"ל און ס'איז שוין כמעט נישט געווען, מ'כאפט עס אויס אונטער די הענט..
_________________
ווען קומט דער רבי אן ?
באקומען אין בליץ פאסט
.Monsey
Rabeiny Shlita will arrive to Monsey at 8:15. & Mariv Kabulas Punim in Beihm"d 13 Monsey Blvd.
זעט אויס אז ער האט אויס געבארגט חסידים פון פאפא און פון באבוב ווייל ער אליין מיט די זאלונים פון מאנסי איז קוים 120 שריימלעך .
סאיז געווען א ריזין צאל געסט
פין איבער טויזענט שטריימעלעך אין צוויי טויזענט בחורים
ביים טיש אין ביים שלש סעודות איז געווען געפקאט עד אפס מקום
פין געסט אין פין טויזנטער מאנסיער יודין
שלש סעודות האט מען גענידיגט פרי צוליב די גרויסע ווינטען
ביים ליינען איז ארינגעקומען גרויסע סכומים פין איבער צוויי א האלב מיליאן דאללער
פרטים יבאו
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/03/2008 18:03:53
די תפילות האט מען געדאוונעט אין ישבות ספרינג וועלי
מען האט זיך נישט געקענט רירן סאיז געווען געפרעסט ווי אין די כ' יארן
ביים טיש האבן זיך באטייליגעט אלע רבנים אין שיינע יודין פין שטאט
סאיז אויך געקומען פרעמדע נגידים וואס מען האט א טובות הנאה א גאנץ יאר
מאנסי בכלל אין סאטמאר בפרט האט נאך אזא שבת נישט מיט געלעבט
פלעכטעל אזויווי איך האב ליידער נישט געקענט מיטהאלטן די טיש אפשר קענסטי מיר מיטטיילען וועלעכע רבנים זענען געוועהן?
_________________
תוקן על ידי elmonsey ב- 09/03/2008 3:37:18
Stop Hillary Express
יעצט ביינאכט רישט מען זיך צי דעם גרויסען מעמד פין טויזנטער יודין
ס'וועלן אויפטרעטן רבנים, אין דער נייער רב
ובראשם מרן רבינו שליט"א
ר' אהרן קאהן
ר' מרדכי באב"ד
ר' הערשל ראבניוויטש פין באבוו
דער פאפער רב פין מאנסי
ר' יואל רוקח
דער בערטשער רב
ר' שלמה לויפער קראלי
ר' אהרן קאהן
ר' יוסף טויבנפעלד
דעס איז נאר א חלק וואס איך געדענק
די רבי גייט יעצט צי ר' יעקב חזקי' מארקאוויטש ווי ער געט 200,000
הגאון הגדול ר' משה גרין שליט"א טרעט יעצט אויף.
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מנהל ישיבת פאפא איז טשעירמאן.
מען האט פריער אויפגעליינט א הערליכען בריוו פון הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א לכבודו פון די נייעם רב הרה"ג ר' אברהם צבי וואזנער שליט"א.
סאיז שווער צי שילדערן די געפילן וואס יעדער האט געפילט,
סאיז געווען א פאטריכאלשיע פאנראמא
צי צי קוקן ווי שווערע טויזנטער יודין פרייען זיך
דער יו"ר איז געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ר"מ פאפא
די ערשטע זאך האט מען אויפ געליינעט א בריוו פינעם בעל שבט הלוי שליט"א
צי ערשט האט גערעדט דער ראש הישיבה הרב הגאון ר' משה גרין
ווי ער האט זייער שיין גערעדט פין רבי'נס כח התורה וואס ער פאדרעט פין יעדן איינעם
אין אויך פין די חתונה תקנות וואס איז זייער וויכטיג
נאכדעם האט גערעדט דער ראב"ד פין סקווירא הרב הגאון ר' יוחנן וואזנער שליט"א
ווי ער האט אויך גערעדט פין די חתונה תקנות אין גערעדט וואס פארא חשוב'ע רב מען נעמט אויף וואס איז זיינס א קרוב אין ארויס געברענגט וואספארא שיינע קהילה סאטמאר איז אין מאנסי
נאכעדם האט דער נייער רב גערעדט וואס ער האט ארויס געברענגט אז דער יסוד פין די קהילה
האט שוין אראפ געלייגט מרן רבהק"ט זי"ע
צים לעצט האט מרן רבינו שליט"א גערעדט מאריך געווען פין די איסור פין מאכלות אסירות
וואס מאנסי איז נעבעך נכשול געווארן,דער רבי האט געבעטן יעדער זאל לערנען א שיעור יעדן טאג אין סאיז א חיוב אויף די עלטערן צי זען א זייערע קינדער זאלן לערנען
דער רבי האט גערעדט בערך א שעה
סהאט זיך באטייליגט אדמורי"ם ראשי הישבות
הגאון ר' משה גרין שליט"א
אדמו"ר מניקלשבורג ומסאלקא
בני אדמו"ר מסקווירא הרה"צ ר' אהרן מענדל
הרה"צ ר' יצחק
ר' חיים פייוול שנעבאלג
ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל
ר' יוחנן וואזנער סקווירא מאניטראל
דומ"ץ סקווירא רב אייזנבערג
אין נאך אסאך רבנים
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי דער עולם זעט האב איך אויסגעמעקט עטליכע פריוואטע נעמען פון מענטשן, וויל איך דא איינמעלדן אז דאס איז געטאן געווארן אויף די בקשה פון די מענטשן, אדער זייערע פאמיליע מיטגלידער.
און דא וויל איך טאקע נאכאמאל דערמאנען די פאליסי פון די הנהלה זיך אנצונעמען פאר די אינטערעסן פון פריוואטע מענטשן. תיבה אישית וואס מיר באקומען מיט קאמפלעינטס איבער אשכולות וואס באשרייבט א יחיד (נישט קיין פובליק פיגור) ווערן גענומען זייער ערנסט.
איין זאך איז א שאד וואס איך הער אז מען האט וואנדאליזירט ר' חיים יושע'ס ישיבה, מען האט צובראכן זיין שטענדר צוריסן זיין סידור, וואס האט דאס אויסגעפעלט? ס'איז דא בילדער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/03/2008 22:08:26
אהרן נחום, נישט סתם זאג. ענק זאגן ענק האבן פיקטשערס, נאו פראבלעם, לייג עס ארויף.
אפשר מיינען ענק אז מיט די נארישע פאנטאזיעס וועלן ענק אפווישן ענקער שטינק אז רח"י האט פערזענליך געקאלט אפאר רבנים פרייטיג, און זיינע מענטשן זענען ארויפגעגאנגען צו יעדן רב אין מאנסי, אז מזאל נישט קומען צו די מסיבה מוצ"ש?!
פארפאלן, דער באבובער תלמיד איז אנגעקומען קיין סאטמאר און געווארען פויפסטליכער פון פויפסט, ער רעט זיך נעבעך איין אז טעראר ארבעט נאך היינט צו טאגס. געב אים איבער אהרן נחום אין מיין נאמען אז סאיז דערנאך, זיין גאנצע קהילה באשטייט פון קנאפע 150 מענטשען, ער וועט שוין שענער אנקומען אויב ער פארט אהיים קיין בארא פארק איבערנעמען זיין טאטענס האלבע חסידות, ווי ער האט אמאל געפלאנט.
פונעם מנהל: די פארום ערלויבט צוויי אפיניאנס אויף יעדע אישו, אבער נישט קיין דריי אפיניאנס וד"ל.
א חלק פין ר' נתן יוסף מייזעלס/ ר' אברהם לייטנער קינאות איז
זיך צי פרייען וואס מער מענטשן סשטארבן ל"ע אין ארץ ישראל
ווער סהאט נאר דורכגעבלעטרט ויואל משה ווייסט אז דאס איז געווען ווייט פינעם רבי'נס רצון
די רבי האט געבלוטיגט פין די יודישע צרות אין ארץ ישראל
סאיז באקאנט אז די רבי האט געזאגט תהלים בשעת די זעקס טאגיקע מלחמה
ווען די רבי איז נסתלק געווארן האבן די צייטונגען אין ארץ ישראל געשריבען אויפן רבי'ן
האדמו"ר מסאטמאר אוהב ישראל ושונא מדינת ישראל
די רבי'נס זאל זין געזינט ווערטער איז א קידוש שם מסוף העולם ועד סופו
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 11/03/2008 1:15:57
אזא אמת'דיגער ציטאט פין בחדרי חרדים שוין לאנג נישט געזען
. אוי כמה אני אוהב סטמר!
ס"ט | 10/03/2008 14:37:10
הם לא כמו אגודה שרוקדים מה יפית לכל זב ומצורע! אגו"י רוקדת בכל חתונות! גם מעורב גם מזרחיסטי גם חרדי והכל במסוה של אהבת ישראל ושל עזרה לישיבות!וכשהספרדים דופקים בשערי ישיבות או סמינרים של הבוזבוזים הם מקבלים בעיטה !סטמר זה נאה דורש ונאה מקיים!הם לא דורשים כסף מהציונים ולא מתרפסים בכנסת והם מסתדרים יפה!
דער שבת אין מאנסי איז געווען העכער אלע ערווארטונגען. עס האט אויפגעוועקט די פארשלאפענע שטאט מאנסי, אויף א פארנעם וואס איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן. עס איז געווען גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי הונדערטער מענטשן, חסידים און מתנגדים, שטראמען פון אלע עקן מיטצוהאלטן די געהויבענע טישן. רבינו שליט"א האט ארויסגענומען מענטשן פון די גלייזן מיט זיינע מורא'דיגע דרשות און תורה'ס.
ספעציעל האבן געצויגן אן אויג די פארכניאקטע בחורים מיט די שווארצע ברילן און לאנגע פיאות, וועלכע האבן זיך געשאקלט אויף די פארענטשעס ביי שלש סעודות, און געטאנצן מיט התלהבות ביי די היסטארישע מסיבת התמנות פונעם מאנסיער רב שליט"א. פאר פרעמדע מאנסיער אידן וועלכע האבן נאך קיינמאל נישט געזען רבינו שליט"א פירן טיש האבן געשטוינט צו זען די הערליכע מראה, פון אזויפיל טייערע און פיינע בחורים וועלכע שעמען זיך נישט צו קומען צו א טיש (אנדערש ווי די בערד-שניידנדע ביקעס פון רז"ל'ס ישיבה, וואס ס'איז פאר זיי א בושה צו גיין צו א טיש, און מען דארף זיך בעטן ביי זיי אז זיי זאלן נישט רייכערן ציגארעטלעך און דורכפירן מושב לצימ'ס בשעת זייער רבי פירט טיש, ווייל דאס פארשעמט די ישיבה.)
על הטוב יזכרו קהלה קדושה וויזניץ, וואס האט זיך גאר שיין אהערגעשטעלט און אוועקגעגעבן זייערע בנינים, בעריקעידס, און אנדערע הילף, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור פון טויזנטער אידן בליעה"ר. די וויזניצער קהלה האט באוואונדערט ווי שיין און ריין מען האט צוריקגעגעבן פאר זיי די בנינים וואו די תלמידי הישיבה זענען געשלאפן במשך דעם גאנצן שבת. עס האט זיך נישט דערקענט אפילו אז דארט זענען געשלאפן בחורים במשך דעם שבת.
עס איז געווען א שבת העכער אלע ערווארטונגען במלוא מובן המלה. מען האט טאקע געזען די טראדיציאנאלע מאנסיער שלימזלות דא און דארט (די רעגנס, די ווינטן און די מייקס) אבער דאס זענען נישט געווען קיין זאכן וואס די עסקנים האבן געקענט פארמיידן. פון די אנדערע זייט האט מאנסי זיך אהערגעשטעלט עפעס גאר אויסערגעווענליך מיט אלע ענינים. די שבת פעקלעך פאר די געסט, די קידוש פעקלעך פאר'ן ליינען, די עסן פאר די בחורים און עסן פאר די געסט, דער שיינער פראגראם ביי די מלוה מלכה מוצאי שבת. (די עסקנים האבן זיך געלערנט אויף דעם "שבת הכתרה" וואס זיי האבן געהאט צוגעגרייט פאר ר' חיים יושע, ווען סאטמאר האט געמאכט דעם מיסטעיק, און אים געברענגט קיין מאנסי, און זיכער געמאכט אז דער "שבת אימפיטשמענט" פון ר' חיים יושע קלאפט הונדערט פראצענט.)
דער גאנצער עולם איז זיך צעפארן נאך שבת אין אן אויסערגעווענליכן אנגענעמען און צופרידענעם שטימונג. מאנסי האט אונז דאסמאל נישט אנטוישט.
לויט ווי איך הער האט ווישניץ אוועק געגעבן אלע בנינים בחינם
איינער זאגט מיך אז די ברייטקייט וואס איז דארט געווען, האט ער קיין ערגעץ נאכנישט געזעהן.
די עסען איז געווען ברחוה און גרויסען. א ריזיגע טענט צו האבען פלאץ פאר יעדעם, גענוג קאוד רעקס. און סידורים גענוג פאר יעדעם אד''ג. און מיטדעם אלעם וואס איז געווען פילע טויזענטער מענטשען אויף שבת.
אויף מוצ''ש איז געווען צוגשעטעלט גענוג און נאך ספציעלע מלוה מלכה פעקלעך, אפילו ווען איינער וואס קומט שפעט זאל ער כאטשיג האבען וואס אריינצונעמען.
נארמאל ביי אזא ריזיגע מעמד, די עולם כאפט ווייל מ'האט מורא אז עס וועט גארנישט בלייבען. אבער דא האבען געהאלטען און איין געבען און געבען.
ווער עס איז געווען דארט איז נתפעל געווארען פון די ברייטקייט און ווארימקייט פן די מאנסי עסקנים. אלעס מיט א געוואלדיגע רואיגקייט.
כ'מיין אז יעדע חסידות קען זיך נעמען א סעפעל פון די שבת וויאזוי מען האט עס געהאנדעלט.
איינער זאגט...
איך זאג אז פלאץ פאר יעדעם איז
נישט געוועהן עסן איז טאקע יא געוועהן ברייט אין לגבי די אנדערע זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט ביסטו אויך גערעכט
_________________
Stop Hillary Express
איך בעט איינער זאל אויפקלערן וויאזוי עס ווערט באשטימט צו עס איז געווען א געלונגענער שבת;
מיט די ברייטע סעודות?
מיט די טויזענטער בחורים וואס זענען געפארן אויף שבת?
מיט די ליטווישע אידען וואס האבן באוואונדערט די כאניאקישע בחורים מיט טונקעלע ברילן אויף די פארענטשעס?
מיט די פעקלעך עסן מוצאי שבת?
מיט די 3 טויזענט האנטוכער וואס מען האט געקויפט? (ווי געמאלדן אויף ק.ס. האטליין)
מיט דעם סדר וואס עס איז געווען ביי בואי בשלו' ווען די מתפללים האבן האבן זיך געשטופט צו קוקן אויפן רבי'ן שליט"א?
מיט די טויזענטער מתפללים אין א זאל וואס קען אריינעמען נישט מער פון עטליכע הונדערט?
מיט די הונדערטער בעה"ב נכבדים וואס זענען מיטגעפארן אויף שבת?
מיט די עטליכע מסיבות וואס זענען (אפשר נישט) אפגעהאלטן געווארן לכבוד דעם רבי'ן ביי בע"ב נכבדים אין מאנסי?
מיט דעם אסטראנאמישן סכום וואס דער בעל אכסניא פון רבי'ן האט זיך בייגעשטייערט (אזויווי עס איז דער סדר אין אזעלכע פעלער)?
מיט די באטייליגונג דורכאויס דעם שבת פון הונדערטער בע"ב נכבדים פון מאנסי וואס האבן (אפשר נישט) מיטגעהאלטן דעם שבת? (חוץ די צענדליגע עלטערע בע"ב וואס זענען פערצופאל אוועקגעפארן אויף שבת שקלים)
מיט די באטייליגונג פון הנהלת הקהלה והמוסדות וואס זענען געגרינדעט און געפירט געווארן (און א חלק אויך באשטימט געווארן) אדורך בעל דברי יוא' און ברך משה?
איך בעט מער פרטים ווייל עס דרייען זיך ארום פארשידענע שמועות אויף די גאס. ...........
תוקן על ידי אהרן_נחום ב- 11/03/2008 14:41:49
תוקן על ידי אהרן_נחום ב- 11/03/2008 15:18:57
אהרן נחום, קודם א דאנק פארן אויפדעקן דיין ריכטיגן פרצוף. אין קעיס האסט פארגעסן, נעכטען האסטו נאך געטרייט צו שפילן סאטמארער און קלאר מודה געווען אז סאיז געווען א הערליכער שבת...
צווייטנס, ווען מזעט וויאזוי רח"י חברה שפרינגען ביזן הימעל, א שטייגער ווי אריינברעכען אין קהלס אפיס, אדער שרייבען אויף היידפארק צוואנציג תגובות מיט אלע מיני נעמען און אלע מיני קשיות, דארף מען שוין נישט פרעגן אויב סאיז געווען א סוקסעס אדער נישט...