ישר כח, מאנסיער.
למען האמת וויל איך פארציילן גענוי וואס דא איז פארגעקומען.
1. קיין שום רב אדער עסקן האט זיך נישט פארבינדן מיט ליפא שמעלצער אים צו בעטן אז ער זאל צוריקציען פון דעם קאנצערט, אנשטאט זענען די רשעים און אכזרים געגאנגען צו די רבנים און צוזאמגענומען אונטערשריפטן אויף א קול קורא קעגן אים.
2. די ערנסטע רבנים האבן קלאר פארלאנגט צו וויסן צי מען האט שוין גערעדט צו ליפא'ן און ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וויל דווקא יא דורכפירן דעם קאנצערט. מען האט זיי ליגנט געזאגט אז יא.
3. די רבנים האבן קלאר פארלאנגט אז ליפא'ס נאמען זאל נישט שטיין אויפ'ן קול קורא, כדי ס'זאל נישט אויסקוקן ווי א פאשקעוויל, זענען געגאנגען די רשעים און אכזרים און צוגעלייגט ליפא'ס נאמען צו דעם קול קורא, שוין נאך די אונטערשריפטן, מאכנדיג ליצי ליצנות פון די רבנים.
4. פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן דריי חשוב'ע רבנים, קאסאווער רבי, הרב דישון און הרב שטיינמעץ אריבערגערופן ליפא'ן און גערעדט צו אים און אים מסביר געווען די הארבקייט פון מאכן אזא קאנצערט. ליפא האט תיכף מציית געווען צו די דברי חכמים און מסכים געווען מבטל צו מאכן דעם ביג איווענט, און דערנאך האט ער זיך אפגערעדט היתכן מען האט אים קיינמאל נישט גערופן ביז יעצט, נאר אים מבזה געווען מיט אזא געמיינעם בזיון. די דריי רבנים זענען געווען אויפגעשוידערט ביז גאר פון וואס זיי האבן געהערט, און האבן פארשפראכן אז זיי וועלן זיכער מאכן אז ס'ווערט ברייט באריכטעט אין אלע צייטונגען אז ליפא האט אויסגעפאלגט דעם פסק פון די רבנים.
5. די רוצחים און רשעים האבן אויפ'ן קול קורא צוגעשריבן אז שלומי גערטנער האט זיך ארויסגעצויגן, און נאר ליפא איז געבליבן, וואס דאס איז א פאלנער שקר. שלומי גערטנער האט קיינמאל זיך נישט ארויסגעצויגן, און ער וואלט געבליבן זינגען ווען ליפא ציט זיך נישט ארויס. נאר וואס דען? דא האנדלט זיך פון מענטשן וועלכע מיינען נישט קיין אידישקייט נאר זיי ווילן פשוט פירן א מערכה קעגן ליפא שמעלצער, און זיי האבן יעצט געטראפן א געלעגנהייט אים צו באגראבן און דעריבער האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו. שלומי גערטנער'ס עבירות איז זיי אינגאנצן נישט אנגעגאנגען.
6. מיט'ן אויסהערן דעם פסק פון די דריי חשוב'ע רבנים, און אויפגעבן דעם ביג איווענט, ליידנדיג א ריזיגן געלט שאדן, און ארויסרופנדיג אויף זיך דעם צארן פון יושע מענדלאוויטש, און די אנדערע קאנצערט ארגאניזירערס און די הונדערטער וועלכע האבן איינגעקויפט טיקעטס, האט ליפא שמעלצער אריינגעשטאכן א מעסער אין די רוקן פון די רוצחים און רשעים, וואס האבן געהאפט אז ער וועט נישט אויפגעבן, כדי זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייער מערכה פון רציחה און אכזריות. ליפא איז זיי דאסמאל פארלאפן דעם וועג.
לאמיר האפן אז דער רבוש"ע וועט זיך שוין מרחם זיין אויף אונז און נקמה נעמען פאר'ן בלוט פון די הונדערטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען דורך די רשעים געפייניגט געווארן אויף אלע סארט וועגן.
אידיש בלוט איז נישט הפקר. זייער סוף וועט איין טאג אנקומען.
_________________