היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די (שלום) ציגעלע... מע'קע'ט. און אלע קינדער מע'ק'ען צוריק

די (שלום) ציגעלע... מע'קע'ט. און אלע קינדער מע'ק'ען צוריק

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2364625

גוטזאגער » 19/2/2008 21:05

די  ציגעלע... מע'קע'ט. און אלע קינדער מע'ק'ען צוריק

שלום ציגעלע, דאס נעבעכדיגע ציגעלע פון די זאלי קאמפאני אין לאנדאן, האט אנגעהויבן מעקען און קע'קע'ן און אלע קינדער פון חדר האבן צוריק גע'מעק'ט, ווי ריכטיגע צאן קדשים פאר דעם פאסטוך וואס דארף פארטרעטן משה גבאי'ס אינטערעסן פאר די נועם המידות פארטיי אין גרעיט בריטאניע.

דאס ציגעלע האט אהיימגעשיקט א אומשולדיגע צעטעלע פאר די קינדער (א' תשא העעל"ט), אז מארגן וועט זיין געהעריג חדר...

דא איז די צעטעלע וואס דאס ציגעלע האט געמאכט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

דאס ציגעלע האט געמיינט אז אלע קינדער וועלן קומען ווי שעפעלעך...

שלום ציגעלע האט דאך געמאכט צעטל, גענוי וואס הרב הצדיק ר' יעקב בערעלע ואביו הקדוש פון ברוקלין האט אים געהייסן...
עס איז שוין 9:40 אינדעפרי מאנטאג תשא... און די קינדער זענען עפעס נישט געקומען אין  חדר...

דאס ציגעלע האט גענויען מעק'קען און קוויטשען ווי א סוטה נאכן באגיסן. איך האב דאך געהייסן אלע קינדער קומען.
אבער די קינדער מע'קען צוריק....

לאמיר א בליק טאג אין די חדרים אין די סאטמארע מוסדות אין לאנדאן מאנטאג תשא, 9:40 צופרי... 
 
 


דאס ציגעלע לויפט ארום א ציפידעלטער...
ער האט דאך אויסגעפאלגט דעם בלו פרינט פון משה גבאי, פון ר' יעקב בער, פון ר' ליפא קרויס, פון הייליגן רבי'ן ר' זלמן לייב אליינס... און ווי זענען די קינדער פון חדר...

מיסטער ציגעלע...  די קינדער זענען נישט קיין שעפסעלעך...
יא, דיין שטריק קען טאקע טראגן פארענטשעס קיין אייראפע ווי דער רבי זי"ע (זשיגאן)
קענסט שיקן צעטעלעך מיט די קינדער... אבער...

דיינע חדרים וועלן אויסקוקן אזוי... 





נישט שלום ציגעלע וועט זאגן ווער ס'איז דער רבי פון כלל ישראל
און נישט זיין רבי... און זיין רבי'ס רבי (ר' שימעלע)...



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 19/02/2008 21:07:46

 

רבי_יונה » 19/2/2008 21:16

מאנטאג איז דאך געווען פרעזידענטס דעי, א גרויסע חאגא אין אמעריקע...
אוודאי איז געווען ליידיג אין די סאטמארע חדר אין לאנדאן !

_________________

Lechtiger » 19/2/2008 21:27

Fwd: BERL FRIEDMAN was very happy yesterday, because it was PRESIDENTS DAY

זשוליאני08 » 19/2/2008 21:29

איז ער א חסר דעה ל"ע
וואס האט דער אפגעריסענער שלוום ציג געטראכט?

ס'הייסט שוין מיט זיין טעראר האט ער ווינציגער פון האלבע חדרים...

ער קען רואיג זיין מנהל אין כעלמער ישיבה.

_________________

לעבעדיגער » 19/2/2008 22:14

דאס ערשטע בילד איז ווי די קינדער האלטן אינמיטן דאווענען, מיט זייערע סידורים אפען פארנט פון זיי.

דאס צווייטע בילד זעהט מען שוין די גרויסע גמרות, מ'האלט שוין נאך פרישטאג, און גארנישט, די קלאסן זענען דריי פערטל ליידיג....

יעדער האט טאקע פיבער היינט ?...

דוד46 » 20/2/2008 05:00

wow 

אזא מין שאס...

פון א תלמוד תורה מיט קלאסן פון קינדערגארטן ביז די בר מצוה האט דער גרויסער מאנראוער נישט באוויזן ארויסצושלעפן מער ווי 10 קינדער פון "איין" כתה?...

גכ'האב געוואוסט אז ער וועט ווייטער זיגן אין גרויסן...