היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע חתונה תקנות געמאלדן אין דער איד!!!

נייע חתונה תקנות געמאלדן אין דער איד!!!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2363936

סאטמרחסיד » 18/2/2008 21:02

 

די וואך אין דער איד ביים קאלום "אידן שרייבן צום איד" אויף זייט 67 שיקט איינער אריין א בריוו מיט תקנות וואס מען דארף איינפירן ביי חתונות, דאכט זיך מיר אז די תקנות זענען קענטליך אביסל....

איינער ווייסט אפשר פון וואו????

<* dir="rtl" style="MARGIN-LEFT: 0px">

.....איך מיין אז מען דארף איינפירן אז בדחנות זאל נישט געדויערן מער ווי אנדערהאלבן שעה, און מ'זאל אויסרופן נאר די זיידעס בקיצור, און די עלטערן פון חתן כלה, און די חתן כלה. פאר אלע אנדערע זאל מען מאכן א "כל הנערים" טאנץ, טאקע נאר לפני הכלה, און מ'זאל נישט טאנצן עקסטער מיטן חתן וכו'.

און ווען דאס וועט ווערן איינגעפירט איז אפילו מ'וועט בענטשן נארמאל זייגער צוועלף, איז מען פארטיג האלב נאך איינס. יעדער וועט זיין צופרידן סיי די מחותנים, סיי די געסט, סיי מ'וועט זיין דעם אנדערן טאג א מענטש, מ'וועט דאנקען די מחותנים און אויך וועט דאס זיין ביליגער ווי היינט, יעדער בדחן וועט נישט נעמען מער ווי 600-700 דאלער, ווייל פאר אנדערהאלבן שעה צייט דארף מען נישט אריינצולייגן גרויסע חריפות און איך גלייב אז די בדחנים אליין וועלן זיין צופרידן צו זיין אינדערהיים ווי א מענטש, וד"ל.

די צווייטע זאך איז דער ענין פון שבע ברכות אינדערוואכן, על פי הלכה מוז מען נישט מאכן קיין שבע ברכות, נאר אויב עס איז דא צען מענטשן דארף מען זאגן די שבע ברכות און אויב נישט איז מען פטור. וואלט מען געדארפט איינפירן, אז יעדן טאג אינדערוואכן ווער ס'מאכט שבע ברכות דארף אנגרייטן נאר פאר 3 קאפלעך פאר חתן כלה, און צוויי מחותנים, און א שעה שפעטער קומען זיך צוזאם נאך עטליכע געשוויסטער אויף אביסל מזונות, און מ'רופט אריין א שכן צו פנים חדשות. און מ'קען זינגען און משמח זיין דעם חתן און יעדער וועט זיין צופרידן (נישט נאר די קעיטערערס), און דאס וועט זיין ביליג און לייכט אן א פרעשור, איך זאג אייך צו קיינער וועט זיך נישט באליידיגן, אז מ'האט אים נישט גערופן צו די שבע ברכות, ווייל ב"ה יעדער האט היינטיגע צייטן ב"ה גענוג צו עסן – אינדערהיים, און וואס צו טאן מיט די צייט... עכ"ל

 

מאכן א כל הנערים טאנץ, ענדיגן די חתונה האלב נאך איינס, שבע ברכות אינדערהיים, וואונדערבאר. וועמענס רעיון איז עס? אפשר געט מען יענעם אביסל קרעדיט??

 

 

מען שרייבט פלעין נאך די תקנות מיט אביסל ניבול פה און נאכדעם זאגט מען הע די תקנות האט נישט ער געמאכט....

עס פאנגט אן געלונגען שפרינגט מען ארויף אויפן באן...

איציק_מיכל » 18/2/2008 21:13


אדרבה ואדרבה

זאל דאס זיין די מחלוקה ווער ס'קען איינשפארן מער געלט פארן ציבור

ארענדאר » 18/2/2008 22:11

איציק מיכל, דערווייל אבער זענען דא זאלי וואס זענען מרבה מיט'ן אויסספענדן זייער געלט, להוציא מלבם של אהרונים.

איך האב א שכן, א גרויסער שלעפער, וואס צום ערשטן מאל זייט ער מאכט חתונה קינדער זוכט ער דווקא צו קויפן אן אמת'ן דיאמאנט שטיין, און נישט די פאלשע, וואס ער האט אלעמאל געקויפט ביז יעצט.

און כדי צו פארזיכערן אז ער ראטעוועט ארויס אנדערע אידן פון אריינפאלן אינעם שאול תחתית פון זיך שפארן הוצאות חתונה, זאמלט ער צוזאם יעצט א ביאור פון ספרים איבער די הארבקייט פון שפארן געלט פאר חתונות.

ער פלאנט צו מאכן אן עקסטערן טיי אוונט, חוץ די צוויי מאל א יאר טיי אוונטס, צו קענען דרוקן דעם ספר.

allgood1s » 18/2/2008 23:23

אויב איז עס אמת קומט זיך זיי א גרויסע ישר כח פארן דורך לאזען אזא בריוו, ווער ווייסט אפשר וועט נאך זיין א בריוו וועגען אריזאנע ווייץ,

וואס גראדע הער איך אז דוד ראזענבערג פארקויפט שטילערהייט ווייץ פון סאוט דיקאטע וואס דארט רעגענט אויך נישט,

ארענדאר אפשר זאגט דיין שכן אז עס שטייט שוין אין די איד, במילא דארף ער זיך שוין נישט מוטשען...

קען גאר זיין אז דאס איז זייער גאנצע מטרה, כדי די וואך וועלן זיי לייגען בריוו פארקערט, די הארבקייט פון זיך נישט פאר חובות'ן איבערען קאפ פאר א חתונה

הבדלה_מנין » 19/2/2008 07:15

סאטמרחסיד, ווי זעהסטו דא ניבול פה?

סאטמרחסיד » 19/2/2008 21:15

אינמיטן די בריוו שרייבט ער ....און איך גלייב אז די בדחנים אליין וועלן זיין צופרידן צו זיין אינדערהיים ווי א מענטש, וד"ל......
הבדלה קענסט מיר מסביר זיין איידעלערהייט צו וואס האט אויסגעפעלט דער וד"ל

פארלעסליך » 20/2/2008 19:08

סאטמרחסיד[שוטה], אנטשולידגט, דיין קאפ פארט אויף הייוון!