סקוקט אויס ווי אהרונישע פאשקוויל קעגן די זאליס
דערווייל איז דאס חלק פין גרויליגע פראפגאנדע פין די זאלי העראריכיע
בס"ד
נייעס:
אסיפת מלמדים:
דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק מרן רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א יסודות'דיגע דרשה ביים אסיפת מלמדים וואס איז פארגעקומען פאר אלע מלמדי תשב"ר אינערהאלב מוסדותינו הק'. דער רבי שליט"א האט בטוב טעם ודעת ארומגערעדט וויכטיגע אנווייזונגן בנוגע דעם התנהגות וויאזוי מלמד ברויך זיך צופירן בשעת'ן זיין אינאיינעם מיט זיינע תלמידים צו זיין פאר זיי א מוסטער, פון וועמען זי זאלן זיך אפלערנען תורה ויראת שמים ומידות טובות.
דער רבי שליט"א האט דערביי שטארק אויסגערימט דאס חשיבות פון מלמדים וואס זענען מרביץ תורה פאר תינוקת של בית רבן, וואס בהבל פיהם העלפן זיי אז די וועלט זאל האבן א קיום, באטאנענדיג וואס ער זאגט כמה פעמים אז עס איז נישט מעגליך צו באצאלן פאר זייער געטרייע הארעוואניע און עבודת הקודש וואס זיי טוען במסירות ונאמנה.
כולל ליל שישי:
פארגאנגענעם פרייטאג פארטאגס פרשת תצוה איז פארגעקומען א מעכטיגער סדר חבורת ליל שישי אין היכל בית מדרשינו הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סטריט, וואס איז לעצטע וואך איינגעארדענט געווארן פאר א מקום מיוחד ללימוד התורה אגאנצן טאג, וואו עס האבן זיך משתתף געווען לערך טויזנט לומדים, בעלי בתים נכבדים, יונגעלייט און בחורי חמד דישיבותינו הק', און האבן אויסגענוצט די פארטאגס שטונדן צו הארעווען אויף די תורה הק', וואו דער קול תורה האט אפגעדינערט אויף א זעלטענעם פארנעם.
עס איז געווען א ערהאבענער מעמד קידוש השם אריינצוקומען אין בית המדרש אום פיר אזייגער פארטאגס, און פשוט זוכן א פלאץ וואו זיך אראפצוזעצן, אשרי עין ראתה כל אלה, און עס איז געווען אגאנץ שבת געווען דער געשפרעך צווישן אנשי שלומינו. אינמיטן דעם סדר הלימוד איז רבינו שליט"א זיך געקומען משתתף זיין ביים כולל, מחזק צן זיין און מעודד זיין די שווערע הונדערטער לומדי תורה.
שבת קודש:
דעם געוועזענעם שבת קודש פרשת תצוה איז אפגעראכטן גאר געהויבן בחצרות קדשינו, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז נישט דא געווען צוויי וואכן, וויילנדיג אויף אפרוה אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק. עס האט זיך טאקע אנגעזעהן א ריזיגער ציבור ביי די תפילות שב"ק בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
פרייטאג צונאכטס איז דער בית המדרש געווען פול-געפאקט עד אפס מקום, און די תפילות זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט. עס האבן זיך אנגעזעהן אויפן מזרח וואנט צעהן חתנים וואס זענען געקומען שול פירן אין בית מדרשינו הגדול. תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א געדאווענט פארן עמוד, און מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א בן הרבני החסיד ר' עזריאל שליט"א, לכבוד שמחת שבת שבע ברכות פון זיין זוהן נ"י.
ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה, מיט "כל מקדש" האט דער רבי געווען הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל דקהלתינו, מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א ר"מ בישיבותינו הק'. נאך די דברי תורה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל גלאנצער שליט"א פון בארא פארק, "ק-ה אכסוף", מיט "לקל אשר שבת" הגה"צ אב"ד קאלביסאוו שליט"א. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען גיסו הרה"ג רבי הערשל שפיץ שליט"א.
דאס זעלבע בילד האט זיך איבער גע'חזר'ט שבת צופרי, ווען דאס בית המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום; מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם משה קרויס שליט"א פון מאנסי. דער רבי שליט"א דאווענט פאר תפלת שחרית מיט גרויס השתפכות הנפש.
ביי קריאת התורה האבן עולה געווען לתורה 6 חתנים, דריי באווארפנס און דריי שול פירן'ס. מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' מנשה מאיער שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו, ביי זיין איידעם הרב ר' ברוך פרץ פילאפף שליט"א מחשובי מתפללי בית מדרשינו הגדול.
ספעציעל איז דער התעוררות געווען גאר דערהויבן ביי של"ס בעת רעוא דרעוין ווען עס איז זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור זיך צו הערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א. ביי ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א געזאגט ברכת שבע ברכות פאר דריי חתנים שיחי'.
וועד הנסיעה נייעס:
נעכטן זונטאג נאכט איז פארגעקומען א העפטיגע אסיפה אין אפיס פונעם "וועד הנסיעה" אויף ראדני סטריט, וואו עס אויסגעשמועסט געווארן וויכטיגע איינצלהייטן פונעם גרויסארטיגן מעמד צאתכם לשלום, וואס גייט פארקומען זונטאג פארמיטאג פרשת ויקהל לפני ביתו נאוה קודש פון רבינו לשיט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו, זיך געזעגענען פון רבי'ן שליט"א איידער דער רבי פארט ארויס קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים וקדושי עליון נבג"מ.
די טויזנטער תלמוד תורה קינדער וועלן זיין אויסגעשטעלט מיט ווייסע העמעדער אין א מוסטערהאפטן ארדענונג אויף פארענטשעס לענגאויס בעדפארד עוועניו. און וועלן זינגן אינאיינעם ניגוני שמחה והתעוררות לכבוד דעם געהויבענעם מעמד דערביי וועלן אויפטרעטן מיט דברי פרידה מזקני חסידי ותלמידי רבינו הקדוש זי"ע.
אין די יעצטיגע טעג ארבייט מען אויס אלע דעטאלן מיט די פאליציי וויאזוי צו בלאקאדירן די ארומיגע גאסן מיט די מינימאלע שטערונג פונעם טרעפיק פארקר פון די פארנומענע בעדפארד עוו.
***
***
פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזער בליץ-פאסט אדרעס: masahakodesh@gmail.com
ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט
*-- type =" else" *