היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס דורעכגעפאלן (אנטושלדיג "געווינען")

זאליס דורעכגעפאלן (אנטושלדיג "געווינען")

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2361252

guar » 13/2/2008 20:40

הרשעים כים נגרש השקט לא יכולו

ווי באקאנט האבן די זאליס זיך אריין געלייגט אין א מיאוס פעקעל מיט די באנק וועגן אביגדור'ס פרשה אין ווי באקאנט שטייט זיי די באנק ווי א דארן אין קענען זיך נישט ארויס זעהן פונעם פלאנטער, זענען זיי היינט געלאפן אין קארט אין געזאגט פארן ריכטער אז זיי זענען גרייט צי פארהאנדלן מיט די באנק אין זיי געבען אוועק אפאר בנינים פאר די באנק,

געס וועלעכע בנינים?
נישט מער אין נישט ווייניגער ווי
די מתיבתא הק' אין קרית יואל
אבער די ריכטער האט עס ארויסגעווארפן ווייל זיי זענען נישט די ליגעל בעלי בתים אויף די מתיבתא אין זיי קענען עס נישט אוועק געבען, איןן זייערע פינסטערע פלענער איז צירינען ווי א זייפן בלאז.....

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

guar » 13/2/2008 22:20

אויך האבן זיי געוואלט אז מען זאל אריבער פירן די קעיס צי די סטעיט קארט וד"ל (זעט אויס אז דארט שמירט זיך בעסער). 
דער ריכטער האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן.

אין אויך האבן זיי געוואלט אנשמירן שמיץ אויף העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה הר"ר יוסף בראך הי"ו, (פרעג זיי וואס זיי וואלטן געהאט דערפון).
דער ריכטער האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן.

כי לא יניח שבט הרשע על גורל הצדיקים, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו


תוקן על ידי guar ב- 13/02/2008 22:25:58

ארענדאר » 14/2/2008 00:14

העסקן הצדיק הקדוש והטהור. געב אים נאך טיטלען פליז, שטעל דיך נישט אפ.

guar » 14/2/2008 00:18

די טיטלען קרענקט דיר ? אדער ענקער הילעכיגער דורכפאל ?

זאג דעם אמת שעם דיך נישט

_________________

apnews » 14/2/2008 01:56

ארענדאר האסט פארגעסן צו נוצן "אידעלע"............

ביבער » 14/2/2008 02:28

קען איינער זאגן וואס דארט איז געווען ביי דעם קארט קעיס ?
אין וואס איז געבליבן ?
אין פארוואס מען האט דארט גערעדט פין דעם יוסי בראך ?
אין ווער ריפט וועם אין קארט ?

kleinekup » 14/2/2008 03:57

אלס א  ארוני קען איך זאגן אז יאסי ברענגט אינז נישט קיין כבוד

אבער הילף קעגן די זאליס איי דאנט קער ווערעווער איט קטמס פראם

ארענדאר » 14/2/2008 04:25

apnews האסט פארגעסן צו נוצן דיינע פּילן. וואו קומט דא אריין אידעלע?

און גואר, איך בין א סאטמארער פונקט ווי דיר, און איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט דעם יאסי'ן, א מענטש וואס איך וואלט גערן געוואונטשן פאר די זאליס אז זיי באקומען אים.

ווען נישט דעם יאסי איז דא א גרויסע טשענס אז מיר וואלטן היינט געווען אין ראדני.

יעצט שרייב אויף אים העסקן הדגול והמרומם.

ארענדאר » 14/2/2008 04:27

אגב, איך האב באיקאטירט די וואלן פון קהל, ווייל יאסי איז געווען אויף די ליסט.

דוד46 » 14/2/2008 09:56

איך האף אז יאסעלע זאל אנגיין מיט זיינע שטיק ,ווייל דאס ברענגט גוטע רעזולטאטן פאר סאטמאר.

ער וועט אזוי לאנג אנגיין ביז די אהרונים וועלן נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון פאר זיינע זאכן!

העטעכפעטעך » 14/2/2008 18:04

דוד46 איז דאס טאקע דיין בעסטער ענטפער אויף ענקער נידערלאגע פון נעכטן ?

אויב אזוי KEEP IT UP

דוד46 » 14/2/2008 21:15

וואס מיינט נידערלאגע?

אז דער אהרונישער לאיער איז נישט אנגעקומען, און קען שוין בלייבן זיצן וואו ער איז געזעצן נעכטן?

העטעכפעטעך » 14/2/2008 22:09

דוד46 דער לויער איז טאקע נישט געקומען בפועל ער האט נאר געשיקט פעיפערס, אין מיט דעם אלעם האט מען ארויסגעשליידערט אלע ענקערע פארלאנגן אין בפרט וועגן די מתיבתא, עס איז ענק נישט געלונגען צי באראבעווען די מתיבתא, עטץ האטס אפגעטראגן פון דארט בחרפות ובבושות אין די פרעגסט נאך וואס מיינט נידערלאגע?

אז מען האנדעלט מיט אזעלעכע בהמות ווי ענק איז גיור גערעכט געווען ווען ער האט געשריבן דעם קעפעל
 זאליס דורעכגעפאלן (אנטושלדיג "געווינען")