היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אייזיק אבראהאם לויפט פאר סיטי קאנסול

אייזיק אבראהאם לויפט פאר סיטי קאנסול

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2360749

ביבער » 13/2/2008 06:12

סאיז געקומען די פריידיגע  בשורה וואס לויט אלע ווארשיינדליכקייטן
וועט דער באקנטער עסקן, אין פאר וויליאמסבורג בפרט
הרב אייזיק אבראהאם, לויפן פאר סיטי קאנסול נעקסטע יאר
האפנדליך וועט דאס גאנצע יונדעטום אין וויליאמסבורג אים אינדארסירן

הבדלה_מנין » 13/2/2008 07:04

אז ר' משה דוד נידערמאן וועט איהם אינדארסען וועט ער האבן די שטימען פון כמעט אלע גרויסע מוסדות אין וויליאמסבורג און ער וועט האבן א טשענס צו געווינען אויב נישט וועט ער האבן די שטיצע פון איין מיטל מעסיג/גרויסע מוסד, די אהרונים, און קיין טשענס צו געווינען.

2008 עלעקשנס יוכיח.

ארענדאר » 13/2/2008 08:21

משה דוד האט פארשפראכן ארויסצוברענגען די 2,000 שטימען וואס ער קלעימט אז ער האט אין וויליאמסבורג, א שטאט וואס האט 16,000 אידישע וואוטערס...

די אהרונים וועלן ברענגען די 3,700 וואוטס וואס זיי האבן אין מאנרא, א שטאט וואס האט 5,500 וואוטערס, און מיט דעם באזיגן משה דוד'ן.

ביבער » 13/2/2008 15:14

אם אין דעת הבדלה מנין

ביבער » 13/2/2008 15:23

shia550 » 13/2/2008 19:53

חס ושלום

פון עספיריענס אין בארא פארק גלייבט מיר אז מען דארף זוכען א גוטע גוי אין נישט קיין היימישע איד.

מיר זענען שוין דארט.

לעבעדיגער » 13/2/2008 20:25

לדעתי איז א אלטרע-היימישער איד אנדערש, ער וועט נישט פארפירן פאר מדינת ישראל, ער וועט נישט איבערדרייען א וועלט ווען בוש וועט גיבן גערעכט פאר די אראבער, ער וועט זיך אויפפירן ווי א נארמאלער מענטש, און ער וועט קענען שטארק אויפטוען לטובת בכלל והפרט פאר אחינו בני ישראל.

מבני_בניו » 13/2/2008 22:26

ג-ט זאל אונז אפהיטן פון "היימישע" פאליטישאנס. ווער סגעדענקט אייזעק עיברעהעם סטעיטמעינטס ביי די קלאמפערשטע קידנעפינג ביי א היטש קיין בארא פארק ווייסט אז מדארף זיך וואטשן פון אים ווי פון פייער.