אבאמא/מעקעין געווינען אלע 3 פריימעריס היינט
שטיצט זייער אבאמא איבער קלינטאן
איך וויל פרעגן וואס דער עולם האלט, איך האלט אז קלינטאן איז דערנאך
עס באדערט מיך, ווייל זי האט אסאך געטאן פאר אידן אין ניו יארק, ספעציעל די באפרייאונג פון פיר סקווערער תושבים, וואס די פדיון שבויים איז לדעתי די גרעסטע געווינס וואס אידן אין אמעריקע האבן אמאל באקומען פון די רעגירונג
אבער מען דארף זיין רעאליסטיש, אירע האפענונגען זענען זייער שוואך
זי לייגט האפענונג אויף טעקסעס און אהייא, וועלן אירע האפענונגען זיך אויסלאזן ווי זשוליאני'ס האפענונגען אין פלארידא???
זי האט איצט ווינציגער דעלעגאטן פון אבאמא
אירע שאנסן ווערן וואס א טאג שוואכער.
אבאמא האט מער געלט, מער מאמענטום און מער דעלעגאטן.
די שאלה איז (דערווייל) וואס די מערהייט סופער-דעלעגאטן וועלן טאן?
דאס איז אן זיין אויבערהאנט אין געלט און מאמענטום.
ווען זי פארלירט טעקסאס, אדער אפילו א שוואכע געווינס, איז איר קאמפיין היסטאריע.
איך מיין מען קען שוין דיבעטען פארוואס קלינטאן האט פארלוירן, פשוט איך קען נישט פארשטיין די אמעריקאנער וואס זעהט מען שוין אין דעם אבאמא, אויסער כאריזמע, אויסער רעטאריק זאגט ער גארנישט ער האט נישט קיין שום קארעקטע פלענער ווי אזוי צי פירן דאס לאנד, קיין שום עקספיריענס נישט אין קיין שום אישו, אין לאמיר זיך נישט פאפען אויב געווינט ער די נאמינאציע וועט ער זיין די נעקסטע פרעזידענט, ווייל אויב קוקט מען אויף כאריזמע אין רעטאריק וועלן די אמעריקאנער פיצא פרעסערעס וואס אויסער פיצא אין ספארטס אינטערסירט זיי גארנישט זיכער ערוועלן אבאמא .
איך קען מיך שוין פארשטעלן ווי אזוי עס וועט אויסקוקן א דיבעט צווישן מקעין אין אבאמא ווי דער אלטער מעקעין וועט פארלוירן ווערן פון דעם יונגן אבאמא.
אלזא קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?
זי האט געהאלטן אנהייב קאמפעין און זי האט געפירט די קאמפעין ווי ס'איז זיכער אז נאר זי קען געווינען אן ס'פאסט איר נישט צו פעיסן פעקט אז אבאמא איז זייער שטארק מ'קען עס יעצט זעהן ווי ביי די לעצטע 8 געווינסן פון אבאמא האט זי ביי קיין איינס נישט קאנגערדשעלעיט אבאמא פארן געווינען נארמאל טוט דאס יעדער קאנדידאט וואס פארלירט
נאך א גרויסע טעות וואס זי האט געמאכט איז וואס זי האט אריין געמישט אינעם קאמפיין ווייסע/שווארצע
יעצט האט זי געמאכט נאך א טעות מיטן קאמפיינען אז Mar 4 וועט זי זיכער געווינען דאס מיינט אז אויב נישט וועט זי זיכער פארלירען די נאמינעשון
Copyright 2008 The Associated Press. http://www.breitbart.com/article.php?id=D8UPH9EG0&show_article=1
פארט אבער האלט מען נאכנישט דארט, מ'דארף זיך שוין אויסלערנען אז מ'קען נישט גארנישט פאראויסזאגן, און אויב האלט נאך קלינטאן היינט אן איר אויבערהאנט אין די פאולס ווי עס וועלן פארקימען די קומענדיגע צוויי פארמאסטן, וואס זענען אגב שטעט מיט אסאך דעלעגאט'ס, און אויב זי וועט עס טאקע מאכן, וועט איר מאמענטום גאר שטארק ארויפגיין און דאקעגן וועט אבאמא'ס שטארק אראפגיין, דאס וועט ווייזן אז אפילו יעדער האט שוין געמיינט אז זי איז פארטיג מיט דעם אלעם האט זי זיך צירוק אויפגעהויבן און געווינען, און נישט נאר דאס, זי וועט נאך צירוק איבערשטייגן אבאמא מיט דעלעגאטן. (דאס איז נאר "אויב" זי געווינט עס)
אלזא, ווען מ'זעט וויאזוי עס גייען זאכן אין פאליטיק זעהט מען אז מ'קען גארנישט פאראויזאגן, און עס קען זיך אלעס געבן א דריי איבער.
ימים ידבירו.
זי האט געמוזט זאגן אז זי דארף געווינען מארטש 4, ווייל זי דארף עס באמת געווינען.
אויב זי געווינט נישט טעקסאס און אהייא איז זי במילא אינדרויסן פונעם פארמעסט, אפגעזען פון וואס זי זאגט יא אדער נישט.
February 15, 2008 - Texas Primary Preferences
| Democrats | TX |
| Clinton | 42% |
| Obama | 48% |
| Someone else | 3% |
| Undecided | 7% |
Hillary Clinton leads Barack Obama among self-described Democrats 47% to 42%. Obama leads Clinton among self-described independents and Republicans 24% to 71%. Obama leads among men 55% to 29% (47% of likely Democratic primary voters) and Clinton leads among women 54% to 42%. Clinton leads Obama among white voters 51% to 40% (53% of likely Democratic primary voters), Obama leads Clinton among African American voters 76% to 17% (22% of likely Democratic primary voters), and Clinton leads Obama among Latino voters 44% to 42%.
22% of likely Democratic primary voters say they would never vote for Hillary Clinton in the Democratic primary and 20% of likely Democratic primary voters say they would never vote for Barack Obama in the primary. 30% of men say they would never vote for Clinton in the primary.
For details, click on the R or D for each state in the column on the left under 2008 Presidential Polls.