היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אונגארישער אידישער קאנגרעסמאן געשטארבן.

אונגארישער אידישער קאנגרעסמאן געשטארבן.

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2360000

סקאטמאלען » 12/2/2008 00:15

דער פרייער ליבעראלער אידישער קאנגרעסמאן פון סאן פראנסיסקא קאלעפארניע, טאם לענטאס, איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 80 יאר.

לענטאס האט געשטאמט פון בודאפעסט אונגארן און איבערגעלעבט די שואה.

אינטערסאנט, ער איז געווען דער טשערמאן פון די פארען-עפערס קאמיטי, ער איז געווען אן אינטעלעקטוער שטודירטער מענטש און געהאלטן זיינע רעדעס מיט א הויכן ענגלישן וואקעביולערי, אבער פארט געהאט א שטארקע אונגארישע אקצענט.

נאכן ערפינדן אין איהם קענסער ל"ע האט ער אנאנסירט אז ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס אין 2009 און נאך געהאפט צו ענדיגן זיין לעצטן טערמין, אבער איז היינט געשטארבן.

[בילד – נישט אפגעהיט]