איז ער א גוטע הכשר? מה טובו?
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער איז הרב מ.א. אילאוויטש פון בראזיל?
ווער איז הרב מ.א. אילאוויטש פון בראזיל?
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2355458
ער איז דער רב פאר די חסידישע יודען אין בראזיל.
ועל אחרון אני בא! מה טיבו?
ער איז זייער א חשובער איד. א ברודער פונעם שאמשענער רב פון בארא פארק(שוואגער פון סאטמארע דיין ) און א ברודער פון הרב אילאוויטש קאשויער דיין. ער איז א איידעם פון הגה"צ הישיש רבי אלימלך אשכנזי מעלבורנער רב שליט"א פון סי געיט. . ער איז א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מווערדאן ועוד רבנים גאונים וצדיקים.
איז ער א גוטע הכשר?
זיין הכשר איז נאך צו יעדער צייט אזא גוטע הכשר וויא די התאחדות הרבנים אין וויליאמסבורג אויף אלע זאכען בין במאכלי בשר ובין במאכלי חלב וכ"ש במאכלי פארווע. זיין שחיטה איז א זייער חשובע שחיטה מתונה מיט בדיקת הסכינים און בדיקת הדקין און צומת הגידים ביתר שאת וביתר עז
ויאכלו ענוים וישבעו.
יישר כח. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בראזיל? און איז זיין קהילה די איינציגסטע קהילה פאר חסידישע אידן דארט?
בן עמרם, מד' מצעדי גבר וכו' ער וואוינט שוין דארט זייער אסאך יארען ווען דער היימישער עולם האט דארט נאך געבליעט. עס איז געווען א שיין חשוב רבנות וואס ער האט איבערגענומען (בעסער געזאגט די קהלה האט אים אויף גענומען) פון זיין שווער.
לעצטענס איז דארט זייער א קליינער חסידישער עולם און פרנסות זענען אויך נישט פויגעלדיג. ווען נישט די ספרד'ישע און ליבאוויטשער וואלט סאו פאולא אויסגעקוקט פונקט ווי מאנטיווידעא.
ע"ע דער יחוס איז זייער וויכטיג צו שידוכים אבער אויף בן עמרם'ס שאלה ביזטו גערעכט מצד עצמו.
לעצטענס איז דארט זייער א קליינער חסידישער עולם און פרנסות זענען אויך נישט פויגעלדיג. ווען נישט די ספרד'ישע און ליבאוויטשער וואלט סאו פאולא אויסגעקוקט פונקט ווי מאנטיווידעא.
ע"ע דער יחוס איז זייער וויכטיג צו שידוכים אבער אויף בן עמרם'ס שאלה ביזטו גערעכט מצד עצמו.