היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער טאליבאן אין ב"פ וועקט זיך אויף

דער טאליבאן אין ב"פ וועקט זיך אויף

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2354347

jid_613 » 1/2/2008 05:44


דער באקאנטע נייע און פראכטפולע געשעפט פון פרויען קליידער אויף דרייצענטע עוועניו איז נעכטען באנאכט וואנדאליזירט געווארען, ווארשיינליך פון די טאליבאנער שלאפעדיגקע באקצילן וואס האבען זיך פלוצים ערוועקט מיט זינדיקע מחשבות...

האפענטליך וועט די מלכות של חסד זיי כאפען און אדורך פירען דעם סיסטעם (אדער אלץ רחמנות זיי געבען די אופציה זיך אנשליסען אין די פרידליכע אידישע קהילה און שיראז אונטער די אויפזיכט פון די קהאמענישע ג-ט'ס פאליציי אשר לא כרעו לבעל).

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר
 

shia550 » 1/2/2008 19:06

ביסט משוכנע אז עס איז אונזער טאליבאן, אין נישט סתם גנבים?

פארגעס נישט אז א געשעפט אן קיין גראטעס איז א פירצה קורא לגנב.

עפשטיין » 4/2/2008 19:42

עס איז דאך נישט בטעמ'ט א סטאר מיט גרויסע אפענע פענסטער אויפן גאס. מען קען מאכען א שיינע געשעפט אן דעם וואס מען קען זען אויפן גאס וואס טוט זיך אינעווייניג.

aaatozzz » 5/2/2008 17:51

עס איז דא רבנים אין שטאט, וואס קענען זאגען זייער מיינונג, דאס איז א נחום ראזענבערג סינדרום וואס יעדער שמויגער איז א מנהיג פון כלל ישראל,

_________________

shia550 » 5/2/2008 20:31

עס איז נעבעך דא מענטשען וואס נעמען ערנסט אן נחום ראזענבערג?

חןטוב » 21/2/2008 20:23

יא יא

ווען איך האב געזען די פאשקווילען אז תועבה איז געקומען קיין בארא פארק בין איך געווען מסופק צו דאס איז טאקע געשען, ווייל איך נישט געזען דעם געשעפט.

אבער דאס ביי מיר ברור אז וויליאמסבורג איז געקומען קיין באראפארק!!!

פאקשווילען מכה רעהו בסתר פוי!!!!