קומענדיגן דינסטאג וועלן ניו יארקער האבן א טשענס ארויסצוגיין שטימען אין די פריימערי.
מיר קענען יעצט אלע אריינרעדן אינעם פארמעסט: מיר האבן שוין נישט געהאט אזא טשענס יארן און מיר וועלן עס נישט האבן פאר צענדליגער יארן.
אויף די רעפובליקאנער זייט איז דא אן אויסוואל צווישן מעקעין און ראמני. פון זיי צוויי האט ראמני א בעסערן טשענס צו געווינען די דזשענעראל עלעקשאנס, ווייל ער האט אסאך געלט און איז א גוטער קאנדידאט. דזשאן מעקעין איז א צווייטער באב דאול, טאקע א העלד, אבער א שוואכער קאנדידאט, א שוואכער רעדנער און א שוואכער קאמפיינער. ער איז אלט און וועט לכאורה פארלירן די דזשענעראל עלעקשנס.
אויף די דעמאקראטישע זייט איז דא אן אויסוואל צווישן אבאמא און קלינטאן: פון זיי האט אבאמא א בעסערן טשענס צו געווינען די דזשענעראל עלעקשנס, ער איז יונג, כאריזמאטיש, א קאנדידאט וואס ווארעמט אן די מאסן מיט זיינע קנאקעדיגע דרשות. ער איז א צווייטער דזשאן קענעדי/ ביל קלינטאן. אויב געווינט ער די דעמאקראטישע נאמינעישאן איז ער אנסטאפעבל. קיינער פון די צוויי איבערגעבליבענע רעפובליקאנער קענען אים נישט סטאפן, ווייל קיינער האט נישט אזויפיל כאריזמע ווי אים. ווידעראום קלינטאן איז פארהאסט און פארפיינטעט ביי די רעפובליקאנער. אויב וועט זי זיין אויפ'ן טיקעט וועט עס געבן א סיבה פאר די רעפובליקאנער ארויסצוקומען שטימען אין די מאסן. קלינטאן קען געווינען די דזשענעראל עלעקשנס, אבער נישט אזוי גרינג ווי אבאמא.
_________________