היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זיך לערנען גראמאטישע כללים פון אידיש

זיך לערנען גראמאטישע כללים פון אידיש

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2350733

הערשעל » 25/1/2008 18:13

איך וויל זיך אביסל צולערנען אידישע כללים און גראמאטיק. איך ווייס נישט פארוואס. וואס וועט מיר עס דען ברענגען? אבער פארוואס זאלן מיר, אידן וואס רעדן די אידישע שפראך, נישט וויסן און פארשטיין וואס דער גוי להבדיל לערנט נאך/פון אלס קליין קינד אין זיין שפראך?

למשל, די חילוקים ווי, אדער וואו, כאטש אדער חאטש (לכאורה שרייבט מען נישט קיין ח' אין אידיש, אבער איך האב דאס באמערקט מערערע מאל ביי געוויסע שרייבער אז זיי זענען עפעס מתחלף דעם אות ביי דעם ווארט).

ווער ווייסט ווי/וואו מען קען זיך אביסל אויסשארפן דערין?





תוקן על ידי הערשעל ב- 25/01/2008 18:14:29

ביבער » 25/1/2008 19:02

הערשעל אדער הערשל ?

לעבעדיגער » 25/1/2008 19:40

כ'האב פונקט לעצטענס געזעהן אויף די סייט "היימישע קרעטשמע" אז זיי האבן אן עקסטערן אפטיילונג וואס הייסט "שפראך"

דארט איז דא צענדליגע ביישפילן און נאך אנדערע כללים אלעס וואס האט צוטוען מיטן אידישן שפראך,

איך ברענג דיר דא א לינק גלייך צו יענער אפטיילונג.
http://heimishekretchme.com/viewforum.php?f=17