היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נא...

סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נא...

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2350483

ארגינעלער » 25/1/2008 03:39

סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נאכקומען גרויסן פארלאנג (מהר"א)

די סאטמארע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג האט אנגעהויבן אין חודש טבת צו באקן טויזענטער פונט מצות פאר אנשי שלומינו, און לויט דעם גרויסן פארלאנג פון דרויסנדיגע מענטשן אויסער פון אנ"ש, איז זייער שווער נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג, זיי זיכן נאך ארבייטער כדי צו קענען ארויס געבן נאך סחורה

משמשבקודש » 25/1/2008 03:41

איך זעה זיי האבן געלייגט א ארדער אפליקאציע אין בלאט

לכאורה איז וויכטיג פארן היימישן ציבור אריין צו שיקן די אפליקאציע, צו זיין פארזיכערט!

מנהלרוחני » 25/1/2008 03:43


מ'קען דארט מאכן אפוינטמנט'ס?

משמשבקודש » 25/1/2008 03:44


זיי האבן דארט א נומבער פאר אנפוינטמענט'ס, אלזא גלייב איך אז מ'קען!

האקאבו » 25/1/2008 03:50


אוודאי זענען זיי אווער בוקד מיט ארדערס סוף כל סוף וויל מען נישט יוצא זיין דעם כזית מיט מצה גזולה

מנהלרוחני » 25/1/2008 03:51

ווי איז די בעקעריי??? ווער איז אין טשארדזש, ווער פירט דאס אהן???

סקאטמאלען » 25/1/2008 04:07

איז נישט די מאנראעו בעקערי סך גרעסער, זאלן זיי ארויסהעלפן.

סקאטמאלען » 25/1/2008 04:13

ועוד, איז עפעס סאטמאר די איינציגע בעקעריי אין ניו יארק?

monroe06 » 25/1/2008 16:44

ר' אברהם מרדכי גראס איז אין טשארדזש

מ'באקט דארט אין גרויסען
זיי זוכען נאך ארבעטערס, מענער און פרויען, זיי צאלען שיין.

אויך באקט מען דארט פון די פארשימעלטע, מחומצתדיגע, פארפוילטע, צי סאך גלוטערן'דיגע, צי ווייניג גלוטערן'דיגע, צי נאסע, צי טרוקענע, וואקסט אין א מדבר, וואקסט אין א וועט לענד,
פוי פוי פוי טמא טמא טמא'נע ווייץ פון אריזאנע....

ביבער » 25/1/2008 16:44


סקאט,

נישט די איינציגסטע,  אבער די מהודר'דיגסטע!

ביבער » 25/1/2008 16:49


יא
אנהייב האבן זיי זיך היבש געמיטשעט מיט ארבייטער איינצושטעלן דעם סיסטעם וכדו', אבער כ'הער אז די לעצטע פאר וואכן האט זיך עס מורא'דיג אויפגעארבייט, אבער נאך אלץ איז גילטיג דער כלל פון אין שיעור למעלה!!! 

מנהלרוחני » 25/1/2008 16:51

מאנארא01,

ווער איז דער גראס, א סאטמארער? א ווילאמסבורגער?
ער האט שוין געפירט א בעקערי אמאל?

ער קען אליין אהערשטעלן אזא זאך?

לעבעדיגער » 25/1/2008 16:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעבעדיגער » 25/1/2008 17:11

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעבעדיגער » 25/1/2008 17:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 25/1/2008 17:20

מנהל רוחני
צי ער טויג צי נישט ווייס איך נישט, דעיס העמיר געוואויר ווערן.
אבער איין זאך ווייס איך יא פון מיין עקספיריענס וואס איך האב מיט אים,
א זאך וואס ער נעמט אין די האנט אריין לטובות הכלל ווערט עס ווי זיין אייגענע זאך, ער געט זיך אפ מיט דעים מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט.

אויף אים קען מען ריכטיג זאגען "עוסק בצרכי ציבור באמונה"

משמשבקודש » 25/1/2008 18:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

סקאטמאלען » 25/1/2008 18:40

דאס איז די חורבן מיט ענק אהרויניס, פארוואס די וועלט לאכט אזוי פון ענק, אלעס איז ביי ענק דראמאטיש, רעוועלושענס, באמביסטיש, שטוינענד, ריזיג, טויזענטער, מיליאנען.

וויזוי האט נאר יענער געזאגט די וואך פאר ביל קלינטאן?

COOL IT DOWN

מאכטס נישט אזעלעכע גראמאזן, ס"ה האט עטס א מצה בעקעריי פאר ענקער חסידים, ווייל מ'האט ענק ארויסגעווארפן פון די אלטע בעקעריי, נו מאי כול רעש? טויזענטער פונט מצות? קאט די קרעפ!

ברוינפן » 27/1/2008 06:38

הרב סקאט, במחילת כבודך הרמה, קיינער האט די ארונים נישט געווארפן, די בראדוויי מצה בעקערי וואלט זיך געוואונטשן צו האבען די פאר טויזנט (אדער ווייניגער, וויאזוי ס'איז דיר באקוועם) ארונים אלץ זייערע קליענטן

מנהלרוחני » 28/1/2008 01:08

היי יאר וועט זיין א מאנגל אדער מ'באקט גענוג?

גאסט » 31/1/2008 17:50

איך האב באקומען אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com די אפליקעישאן פאר מצות, פאר ווער עס וויל שוין באשטעלן

http://www.mysatmar.com/docs/matze.pdf

גאסט » 1/2/2008 17:58

רבותי, ווער עס וויל האבן מצות פון אונזער בעקעריי אין וויליאמסבורג, זאל האבן שכל און שוין אריינשיקן אן אפליקעישאן, כדי נישט צו זיין א צועק לשעבר ווען עס וועט נישט זיין צו באקומען.

איך האב באקומען אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com א קלארערע אפליקעישאן.

http://www.mysatmar.com/docs/matzoh_aplication.pdf

פלעכטעל » 7/2/2008 15:56

מנהלרוחני,

גם אני בחלומי, איך בין געווען נעכטן פארמיטאג אין די בעקערי, גראדע האב איך געטראפן דארט הרב בערנשטיין פון די ועד משמר הכשרות, און איך האב געוואלט קויפן א באקסל מצות, דער גראס האט מיר געזאגט אז שברים איז ביליגער האב איך געקויפט שברים, ער האט נאך נישט געהאט פון דעם טאג האב איך באקומען פון זינטאג, און לענ"ד איז דאס באמת טאקע עפעס מורא'דיג געשמאק  

פלעכטעל » 7/2/2008 16:03


דרך אגב האב איך באמערקט א 2 3 קליינקייטן וואס איז אנדערש ווי אנדערע בעקעריס קודם אז דא ארבייטן א גאנצן טאג אך ורק נאר שומרי תורה ומצות, והשנית דא שטייט א מצה  (אהן קיין ארבייט)   סך ווייניגער אין צייט ועוד דא איז דא א משגיח תמידי א גאנצן טאג - רב בערנשטיין האט מיר געזאגט אז דאס איז אויסער דעם מענעדזשער פונעם טיש און אויסער וואס די משמר הכשרות חברה קומען אריין יעדן "טאג" עטליכע מאל ,  און אויסער וואס דער רב שליט"א איז דארט עטליכע מאל א וואך וכו' וכו'

משמשבקודש » 7/2/2008 16:35


איך בין געווען איינמאל דארט צוזאמען מיט רבינו שליט"א, איך האב שטארק הנאה געהאט ווען מ'האט אויס געריפען , אז ע"פ תקנת הרב מיטן  ועד הכשרות ווער ס'ארבייט נישט דא טאר נישט צורירן צי גארנישט אפילו מיט געוואשענע הענט!!!, (דאס איז ווייל נישט יעדער קען אלע הלכות וחומרות המקום) 

פלעכטעל » 13/2/2008 02:45

799 ק

האקאבו » 13/2/2008 18:02

799 וואס

פלעכטעל » 13/2/2008 18:03

אוי אנטשולדיגט

799 קענט עוועניו