היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שירה זינגעט ביי העסק

שירה זינגעט ביי העסק

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2350474

ביבער » 25/1/2008 02:25

פאריגע וואך אז געווען א העסק קאנצערט
סהאבן דארט געזינגען א וועלט מיט חזנים
דער פאקט איז סגעווען א מיקסט (תערובת ) קאנצערט
ליידער האט דארט געזינגען  שירה 
סאיז א חרפה אין א בושה אז מען האט נישט קיין זעלבסט רעשפעקט
אין דאס זענען היימישע סאטמארע יונגעלייט
א זאך וואלט נישט געטארט געשעהן נישט קייו חילוק וואס

בושנו מכל עם


elmonsey » 25/1/2008 04:17

דא האט איר 2 קליפס ווי זיי פרעקטיסען



 

_________________

Stop Hillary And Obama Express

Ziskeit » 25/1/2008 06:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ביבער » 25/1/2008 07:53

ליידער האבן זיי שוין געזינגען אויך אויף די ליבאוויטשע טעלטאן
וואס איז געווען אויף די טעלעוויזע

אחטא ואשוב

רבי_יונה » 25/1/2008 08:13

פלאכער ביבער(הוט)

ווער האט דיר באשטעטיגט אז זיצן בסתר אויפן אינטערנעט און וואטשן קליפס (פון וואו דען ווייסטו אז זיי האבן געזינגען ביי ליובאוויטש, און ווער נעמט אחריות אז דו קוקסט טאקע נאר די קליפס, וד"ל) איז א קלענערע עבירה ווי זינגען ביי העסק (וואס איז אגב, א צדקה אקציע לטובת צעבראכענע נשמות)?

כל המחלל שם שמים בסתר סופו להפרע ממנו בגלוי, האט געטייטשט דער ברך משה זי"ע ביי די יאסעלע וואלדמאן סקול דיסטריקט וואלן, אז ווער עס איז מחלל שם שמים בסתר, אין די שטים בודקע, סופו איז געווען אז ער איז באשטראפט געווארן "בגלוי", מען איז געוואויר געווארן פאר וועמען ער האט געשטימט...

שירה איז נישט קיין אפיציעלע סאטמארער כאר, עס איז א פריוואטע כאר, און זיי האלטן זיכער אז ס'איז נישט געווען קיין עוולה צו זינגען דארט (מען דארף נאך סייווי הערן די פאקטן, צי זיי האבן געזונגען פארנט פון יעדן, אדער נאר בעק סטעידזש). דו פלאכער ביבער זיצט אפ יומם ולילה אויפן שמוציגן אינטערנעט (איך אויך, אבער איך שטעל מיך נישט אהער ווי א גאנצער וצדקתך) און טרעפסט שמוץ אויף אנדערע, אלעס בסתר ובצנעה, וואטש אוט, סוף וועט מען געוואויר ווערן אין די גאס און ס'וועט זיין חרפות ובושות - כדברי רביה"ק הברך משה זי"ע

_________________

ביבער » 25/1/2008 08:37

הויכער ביבער הוט
ווא ווייסטו פין מיין גיין אויפן אינטערנעט
גראדע האב איך זשעי נעט

די ביסט דער וואס פארטיידיגט אזעלכע עוולות
אין ווי קום איך דא אריין
מאך אן עקסטערע אשכול איבער מיינע (דיינע) עבירות

למעשה זינגען זיי ביי ביידע סאטמארע כ"א כיסלו'ס
זיי זענען סאטמארע יונגעלייט אין סברענגעט נישט קייו כבוד

גראדע זיץ איך נאר לילה אויפן אינטערנעט נישט יום

אן בקיצור ר' יונה דער ברך משה האט גאר געוואלט אז זיי
זאלן זינגען ביי מיקסט קאנצערטן
לשיטתך לויט דיין שטות



ביבער » 25/1/2008 08:48

נאך איין זאך צי האלט איינער אז סאטמארע יונגעלייט
וואלטן געקנעט גיין זינגען ביי אזא קאנצערט
50 יאר צוריק אין די גיטע צייטן פין בעל דברי יואל זי"ע

יא אדער ניין