היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: מעכטיגער זיג פאר סאטמאר קעגן מחרחרי ריב

ברעיקינג: מעכטיגער זיג פאר סאטמאר קעגן מחרחרי ריב

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2350367

געווינער » 24/1/2008 21:09

די וואלדמאן קאמפאני דארף באצאלן 750,000 דאלאר פאר קהל יטב לב.

און די שול פון די רביצין מוז פארשלאסן ווערן.

געווינער » 24/1/2008 21:14

13 יאר נאכדעם וואס די רוצחים/מוסרים וואלדמאן קאמפאני האט אוועקגע'גזל'ט דעם רביצינ'ס הויז פון קהל יטב לב ד'סאטמאר האט סאטמאר אפגעהאלטן א מעכטיגן זיג, ווען דער ריכטער אוען האט גע'פסקנ'ט אז זיי מוזן באצאלן פאר קהל יטב לב 750,000 דאלאר, פאר'ן נוצן די פעסיליטס פון קהל יטב לב אן רשות, אריינגערעכנט די פארקינג לאטס און די סוער.

דער ריכטער האט אויך גע'פסקנ'ט אז זיי מוזן פארשפארן דעם בילדינג און זיי קענען עס נאר נוצן אלס א הויז און נישט אלס א שול.

ארענדאר » 24/1/2008 21:22

עס איז א מעכטיגער געווינס, אבער נישט פארגעסן אז מען האלט נאך ממש ביים אנפאנג. די מוסרים וועלן היינט אדער מארגן גיין און ארויסנעמען א סטעי, און אפילן דעם פסק.

ארגינעלער » 24/1/2008 21:27

בור כרה ויחפרהו.

די מוסרים זענען געגאנגען אין קאורט אין תשס"ד שלא ברשות בית דין, און גע'מסר'ט קהל, היתכן מען לאזט זיי נישט נוצן די סוער פון בית המדרש, איז געגאנגען קהל און איבערגעדרייט די מסירה קעגן זיי, און מען האט אריינגעגעבן א קאנטער-קלעים אז זיי האבן נישט קיין רעכט צו נוצן דעם בית המדרש, און נישט די פארקינג לאט, און זיי קענען ניטאמאל נוצן דעם רביצינ'ס הויז וואס זיי האבן צוגע'גזל'ט פון קהל, אלס א שול. זיי מעגן עס נאר נוצן אלס א פלעינע הויז.

היינט איז געקומען דער מורא'דיגער זיג.

כאשר החילות לנפול נפול תפול!

ארענדאר » 24/1/2008 21:28

דיטעילס.

באקומען אין אימעיל

breaking news: Attached in Judge Owen's Decision (received today) following trial in the Rebetzin's Case. Summary of key points: He granted judgment in favor of the KJ Congregation in the amount of $744,833.35. He has granted an injunction, effective immediately, prohibiting any further use of the Rebetzin's Apartment as a place of worship until municipal approvals are ever secured. That means no more meetings. That property cannot meet the special permit, zoning and site plan requirements of the Village of KJ Zoning Law. He has limited the Rebetzin's Apartment only to a one-family residential use. He has confirmed the KJ Congregation's right to (a) use and control the basement area and (b) install and maintain all HVAC equipment on the top of the Rebetzin's Apartment.

סקאטמאלען » 24/1/2008 21:32

די אלע עקסטרעמע קאראפטירטע אראנדש קאונטי פסקים ווערן ממילא רעווערסט אין די אפעלאט, ס'שוין אזא רוטין.

_________________

ארענדאר » 24/1/2008 21:39

אלע אלע?

אלע מיליאן פסקים וואס די קארופטירטע ארענדזש קאונטי ריכטער האבן ארויסגעגעבן?

אדרבא, אפשר רעכנסטו מיר אויס "אלע" קארופטירטע פסקים פון ארענדזש קאונטי דזשאדזשעס וואס זענען רעווערסט געווארן (און ברענג מיר נישט ראזנוואסער'ס פסק, ווייל דאס איז לויט מיינע שוואכע ציילן קענטעניסן נאר איין פסק.) תוקן על ידי - ארענדאר - 24/01/2008 21:40:48

סקאטמאלען » 24/1/2008 21:43

איך האב שוין געטראפן איינס

http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2006/2006_02841.htm

_________________

רבי_יונה » 24/1/2008 21:46

אויך שטייט אין פסק אז די בעסימענט, ווי עס איז געווען די קבלת פנים שטיבל און עס איז פארפארט היינט, באלאנגט פאר קהל, אויך די דאך פון די הויז ווי עס ליגן די ערקאנדישאנס פון ביהמ"ד הגדול באלאנג פאר קהל.

איזראלי » 24/1/2008 21:53

עס איז גאר אינטערעסאנט די קאורט פון ארענדזש קאונטי איז קארופטירט אבער די קאורט אין ברוקלין וואס האט לכאורה געפסקן'ט פאר די רשעים די גזלנים (לפחות לויט זייער טענה) די זענען נישט קארופטירט ???

ארענדאר » 24/1/2008 21:58

א געוואלדיגע סוקסעס פון די ליגעל טיעם שע"י הנהלת הקריה דקרית יואל

דא איז דער פסק

http://www.gigasize.com/get.php?d=6v6c51v4mdc





_________________

כאפטס אריין א וואדקע

רבי_יונה » 24/1/2008 22:18

אינטערסאנט צו באמערקן אז די בני יואל זענען אריין אין קארט קעגן הנהלת קהלתינו הק', אן קיין שום הזמנה און אן קיין שום היתר בי"ד.

לעבעדיגער » 24/1/2008 22:39

יעצט גייט ווערן א מחלוקה ווער עס זאל דארט אריינמופן,

זלמן לייב ווואלדמאן טענה'ט אז די רבי האט אום עס איבערגעלאזט, און ער האט א קלארע הוראה פון די רעבעצין אז עס באלאנגט פאר אום.
יענקל ברוך שרייט אבער אז ער האט אריינגעלייגט דאס מערסטע ארבייט דארט, ער פלעגט ברענגען אלע זיינע בנים ס'זאל זיין מנין דארט יעדע וואך.
שלמה יענקל זאגט אבער אז דאס מערסטע האט ער דארט געגעסן, דאס הייסט אז ער האט אריינגעלייגט ס'מערסטע ארבייט דארט.
מאיר דייטש האט אויך א ווארט דארט, בקיצור, עס הערשט א צעמישעניש נאכדעם וואס די קאורט האט גע'פסק'נט אז עס ברויך ווערן א פאלנע דירה.

ביבער » 24/1/2008 23:06

אויב ווילסטו דא בלייבן דארפסטו אביסל פארלייכטערן דיין שפראך, דו גייסט שוין אריבער אלע גרעניצן!

די הנהלה



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 24/01/2008 23:26:24

ביבער » 25/1/2008 02:35

דער שפיטווקער קלעמיט וויקטערי
ער איז ווילד  ער שרייט
מען האט מיך נישט געלאזט עסן דעם שמאלציגן קאקש קעיק
זאלן זיי וויסן  יש מנהיג לבירה

פלעכטעל » 25/1/2008 15:20

איינער פארציילט מיר יעצט אז נעכטען האט סטארבאקס אנגעקאלט
די ווילעזש אין קרית יואל צי זיי קענען עפנען א קאווע הויז
האבן זיי געפרעגט פארוואס עפעס
האבן זיי געזאגט אז זיי האבן געהערט אז סאיז דא א פסק פין א ריכטער
אז די יעצטיגע קאווע הויז דארף זיך פארמאכן

זרחי » 29/1/2008 10:36


למעשה, וואס טוט זיך דארט ?

האט זיך דער רעבעצנ'ס ביהמ"ד פארמאכט ?

ווי גייען זיי דאווענען, אין חרדים, אבער אין סאסמאן ?

אייןסאטמאר » 31/1/2008 23:46

וואס איז געווארן?, די שול איז אפען אדער נישט?

לעבעדיגער » 1/2/2008 01:17

דער געריכט האט געגעבן 30 טאג עס אפצושפארן.

ארענדאר » 19/3/2008 16:18

http://www.nycourts.gov/reporter/motions/2008/2008_66598.htm תוקן על ידי - ארענדאר - 19/03/2008 16:19:44

ארענדאר » 19/3/2008 16:21

אפהאנדלונג איבער די קעיס פון אלתר משה גאלדבערגער

monroe06 » 19/3/2008 16:24

please explain

ארענדאר » 19/3/2008 16:35

monroe06 » 19/3/2008 17:26

קענסט פליס שרייבען וואס די לינקס זענען?

געשמאק » 19/3/2008 18:56

די בני יואל האבן באקומען א סטעי ביז צום אפיעל און זיי דארפן איינלייגן הונדערט טויזנט דאלאר, אלס א דעפאזיט פאר'ן געלט וואס זיי קומען פאר קהל.

קושקע » 19/3/2008 19:53

די 100 טויזנט איז נישט קיין דיפאזיט, ס'איז אין פאל די פסק בלייבט בתוקפו, זאל מען האבן צו קאווערן די שאדן וואס די בני יואל  וועט מעגליך אנמאכן ווילאנג די אפיעל פראצעדור שלעפט זיך.

דאס מיינט די קארט זאגט פאר די בני יואל אז לעת עתה קענט עטס ווייטער ניצן די רביצין הויז פאר א שוהל, אבער אויב די פסק בלייבט בתוקפו, מוזט עטס בנוסף צו די 700 אלף, צאלן אויך פאר די צייט וואס די אפיעל האט זיך געשלעפט, וואס זיי שאצן קען זיין 100 אלף.

שלחןערוך » 19/3/2008 22:05

קושקע
ס'איז נישט אמת.

אוענס האט פארלאנגט 744 אלפים
און די אפעלאט האבן עס אראפגעריקט צו 100 אלפים באנד.

דאס אלעס.

קושקע » 19/3/2008 22:18

שלחן, אפשר האב איך מיך נישט גוט מסביר געווען, די 744 אלפים איז לע"ע גע'סטעי'ט, ס'איז ON HOLD זיי דארפן דערווייל גארנישט געבן, ביז די אפעלאט אנטשייט זייער פסק,

די 100 טויזנט איז א באזונדערע זאך וואס זיי דארפן יא יעצט אראפלייגן די גאנצע, אין פאל די 744 אלפים ווערט באשטעטיגט ביי די אפעלאט, דארפן די בני יואל צוצאלן אויך פאר די קאסטן פון די צייט פון די אפעלאט קעיס.

שלחןערוך » 19/3/2008 23:22

נישט ריכטיג.
BILL OF COST
מיינט נישט דאס.

זיי דארפען גארנישט אראפלייגן. עס איז אלעס אויפן חשבון פון די 744.

קושקע » 19/3/2008 23:52

זיי מוחל ליין דאס:

post an undertaking with corporate surety in the sum of $100,000 in the office of the Clerk of the Supreme Court, Orange County, in terms that if the judgment appealed from, or any part of it, is affirmed, the surety will indemnify the respondent if it is ultimately determined that the respondent sustained a loss due to the conduct of the appellants during the period that the stay was in effect