בתוך הדברים האט ר' אפרים שמעון אים געפרעגט היתכן מען גייט מעקל זיין אין ערכאות ווען ר' אהרן וועלץ איז גרייט שוין צו גיין צו דין תורה און האט שוין אפילו אינטערגעשריבען שטרי בירורין ביי טארטיקוב?
ר' מענדל האט זיך נישט געפוילט, נאר גענומען די טרייבל אין האנט אן אנגעקלונגען טארטיקוב בי"ד און גלייך איבערגעגעבן צו ר' אפרים שמעון'ן אין האנט אריין אז ער זיך זיך אליינס איבערצייגען למי החותמת ולמי הפסילים, נאכן טעלעפאון קאול איז שוין געווען החרש תחרישו ולא ענו דבר, און כאשר באו כך יצאו, נאר איין חילוק אנשטאט בקומה זקופה איז עס געווען בבושת פנים.