וויבאלד ס'איז נישטא קיין דירות אין וומ"ס
קענען די רשעות'דיגע לענדלערס זיך שפילן מיט אונזער בלוט
איין לענדלער האט די וואך זיך נישט געשעהמט און געבעטן $20.000
אויסער די $1700 רענט פאר א 4 רומיגע דירה
איציק, אויב ווייסטו באמת פון אזא פאל, ביסטו מחוייב ארויסצושרייבן א נאמען.
וויליאמסבורג איז שוין אמאל אריבערגעגאנגען אזא קאשמאר, נישט מער געדאכט, דאן האט מען עס אויסגעריסן מיט ציין און נעגל, און מ'ברויך שטארק אבאכט גיבן אז ס'זאל זיך ווידעראמאל אריינרייסן די רשעות און אכזריות.
אויב איינער ווייסט פון אזא פאל זאל עס ביטע דא מעלדן מיט אלע פרטים כדי מ'זאל עס קענען אפהאלטן פאר ס'איז נישט צו שפעט.
וויאזוי קענסטו עס אפהאלטן???
כח הרבנים דא אין וומ"ס איז שוין לאנג געשטארבן
איציק מיכל זארג נישט, ס'איז דא אנדערע מיטלען.
אויב יענער האט קינדער וויל ער שידוכים טאן, אויב איז ער א שיינער איד אין זיין קהלה וויל ער אנהאלטן זיין שיין פנים.
קודם געב א נאמען. מען דארף אונטערברענגען אזעלכע מענטשן.
_________________
ויקרא שמה בישראל: עיר הנדחת.
און זאל דער אויבערשטער העלפן אז די "יאפיס" און "היפסטערס" זאלן זיך מערן און מערן, און די פרייזן זאלן דערלאנגען ביזן הימל - אז מען פון דער דאזיגער אומגליקליכער שטאט "מוזן" אנטלויפן.
בלייבן זאלן דארט געזונטערהייט די עירוב-מוחים און די צעדולטע אנטי-פרעס-טראקניקעס.
מען דארף טאקע דא אויף היידפארק זיך נעמען אויספראקן די אלע מיקרי השער
ווען איינער ווערט געוואויר איז איינער רייסט די הויט זאל מען אים דא מעלדן מיט אלע זיינע פרטים, און אויב מ'קען באקומען א בילד פון אים, הנה מה טוב ומה נעים
איך האלט אז זיי וועלן האבן די בזיונות וועלן זיי מוזן נאכלאזן.
מנהלים - וואס האלטס עטס?
איך וויל נישט זיין דער צדיק
ס'איז א דבר ידוע פאר די וואס זיכען יעצט דירות
בדרך אגב נישט אלע לענדלער זענען שילדיג
למשל די וואס האבן א מארגעזש פון $4500 האבן נישט קיין אנדערע ברירה