היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נירבאטער רב, איר זענט א טועה בדבר משנה

נירבאטער רב, איר זענט א טועה בדבר משנה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348800

שלוםשטוב » 22/1/2008 06:59

אונז אלע ווייסען פין די לעצטע מערכה מיט די געלעכערטע בהמות, וואס דער בודק פין ארץ ישראל, טענה'ט אז פערציג פראצענט טויג נישט, און דער נירבאטער טענה'ט אז בלויז פיר פראצענט טויג נישט.

די נירבאטער, האט אנגעשריבען א תשובה, ווי ער איז מאריך מתיר צו זיין, מיט די טענה, אז היות רוב איז כשר, און עס איז נאר פיר פראצענט, איז עס א מיעוט שאינו מצוי, און מען דארף נישט חושש זיין.

נירבאטער רב, וואס איז מיט אייך?

דא רעדט מען פין קויפען בהמות פין א פארמער, וואס ער האט דארט "זיכער" געשטאכענער בהמות, ווי די אליין ברענגסט פין די דאקטוירים דארט צום סוף. עס איז נישט דא קיין שום היתר דא, א בהמה ווערט נישט בטל, עס איז א דבר חשוב, עס האט א דין ווי אין סי' נ"ח, וואס דארט שטייט, ביי א ספק דרוסה, אז מען ברויך חושש זיין אויף יעדעס בהמה, און מען דארף האבען בדיקה אויף יעדעס איינס צו זעהן אויב עס איז נישט נדרס געווארען.

 

נאך מער איז די קשיא אויף דיר, די אליין ברענגסט די תשובה פין אגרות משה יו"ד סי' כ', די ברענגסט עס כאילו ער איז מתיר בכלל געשטאכענע בהמות, און אונז זענען מער מחמיר ווי אים וכו'.

שקרן די, דארט צום סוף אסר'ט ער בפירוש ווען מען ווייסט אז אין די פארם איז דא אפילו איין געשטאכענע בהמה. וואס איז מיט דיר געשעהן???????

שלוםשטוב » 22/1/2008 07:05

דא איז די אגרות משה יורה דעה סימן כ
[בילד – נישט אפגעהיט]

half_dead » 22/1/2008 17:47

So the fight is between sholem shtib from hyde park and the nebartar rov i think i will be on the nebarter side...

שלוםשטוב » 22/1/2008 20:11

האלבע טויטע עם הארץ
גייט מיך אהן צו די ביסט אויף איינעם'ס זייט??
קוש דיך אין קבר און עס דיך אהן מיט נבילות וטריפות. מיין דאגה???
פארגעס נאר נישט צו זאגען לשם יחוד, פאר די עסט נבילות וטריפות, און זאג, לשם זאגען אז איך בין אויף דער נירבאטער זייט.

טיפש.

half_dead » 23/1/2008 02:38

Please stop shouting...

הערשעל » 23/1/2008 18:10

טויטער:

ווען דער נירבאטור וואלט געווען אינגער וואלט ער מסתם אויך געווען אויפן אינטערנעט, נאר וואס זאל ער טון אז ער איז פון א דור פריער און זיינע קאלעגע רבנים זענען זייער קעגן דעם כלי וואס מאכט פון זיי פורים?

אויב איינער שרייבט צום דבר, נעם זיך נישט אן פאר דעם צד שכנגד בלויז דערפאר ווייל ער הייסט א "רב"!

yeedle » 23/1/2008 19:37

שלום שטוב

ווייסט מען דען אז אין דעם פארם איז דא א געשטאכענע בהמה? די פראצענטן זענען דאך א סטאטיסטיק,



שלוםשטוב » 23/1/2008 20:45

http://rapidshare.com/files/86033569/Kreisim.pdf.html

דא איז א לינק צו דער תשובה פין נירבאטער.
קוק אדורך.
אין דעם איז נישט קיין שום ספק אז עס זיכער דא געשאטאכענע בהמות אין דער פארם.
ער רופט עס אהן "משק" גיי פארשטיי.