היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: . העברת פי ה' לא תצלח - ריכטער ווארפט אלעס ארויס

ברעיקינג: . העברת פי ה' לא תצלח - ריכטער ווארפט אלעס ארויס

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2345296

זשוליאני08 » 14/1/2008 18:50

ריכטער אמבראסיא האט איצט ארויסגעווארפען אלע קלאגעס פון די זאלונים.

אלע בריוו פון רז"ל איז אין מיסט.
אלע זיינע בית דין שטותם איז ארויסגעווארפען

פרטים יבואו

זשוליאני08 » 14/1/2008 18:52

די זאלונים האבן איצט פארלםוירן דעם בית החיים (!)

זייער בעלות איז צעפאלן ווי א זייפען בלאז.

זשוליאני08 » 14/1/2008 18:52

די הולכי בערכאות האבן אריינגעגעבן פרישע תביעות בערכאות קעגן ר' דוד הויער און אנדערע רעשי הקהילה - אן קיין שום היתר פון קיינעם.

האבן זיי איצט באקומען א גרויסן CASE DISMISSED

לעבעדיגער » 14/1/2008 19:13

אויפן פארלאנג פון די זאלי'ס אז דער קאורט זאל איין מאל פאר אלעמאל קלאר שטעלן ווער ס'איז דער אמת'ער קהל יטב לב, און אזוי אויך נאכן פסק פונעם אלבעני קאורט האבן זיי שוין געמיינט אז זיי זענען די זיכערע קהל יטב לב, אזש מיר טארן זיך שוין נישט ריפן מיט דעם נאמען, האט זיי דער קאורט געוויזן דעם ריקן, און גענטפערט א גרויסן "בלא"

ער האט קלאר און דייטליך געזאגט אז ער גייט זיי "נישט" זאגן ווער ס'איז קהל יטב לב, דאס איז א מחלוקה און וואס ער וויל זיך נישט אריינמישן,

צו די זעלבע צייט איז די בושה געוואלדיג גרויס ווען דער דזשארדזש האט פארגעהאלטן די זאלי'ס פארוואס זיי קומען אין געריכט און שטעלן זיך נישט צום דין תורה!!! וואס עס איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין ענטפער דעראויף...

ארענדאר » 14/1/2008 19:15

א מעכטיגער פראסק און א שטארקער געלט געווינס פאר מיר פערזענליך.

צוויי זאליס האבן זיך געוועט מיט מיר אויף גרויסע געלטער אז זיי גייען מאכן די קעיס.

דער פאטש וואס די זאליס האבן געכאפט איז אנבעליוועבל!!! כאפטס אריין א וואדקע

העטעכפעטעך » 14/1/2008 19:19

אלזא וואס ווייטער וואס האט מען יא אין וואס האט מען נישט

נאר ווער עס ווייסט קראנטע אינפא זאל זיך אנריפן

העטעכפעטעך » 14/1/2008 19:27

אנבעליוועבעל ! ! !

מען דארף אסרן הייד פארק, כ'האב דא מיינע קאלעגע'ס צווי זאליס זיי האבן אויפגעהערט צי ארבעטען פאר שאקונג אז זיי האבן ביטער פארלוירן זייער לעצטער טרוים איז צירינען, זיי פרעגן מיך ווי אזוי האסטו געקענט ארבעטען ווען עטץ האטס פארלוירן אין אלבאני? זיי קענען דאס נישט פארשטיין , כ'האב זיי זייער שיין מסביר געווען די חילוק פון אונז אין זיי,
 
כ'האב קיין צייט יעצט צי שרייבן אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט

verbeenich » 14/1/2008 19:33

וואס דארט איז געווען ווייס איך נאך נישט

אויף די אנדערע זייט הערט מען א אנדערע מעשה
איך שטעל ענק אויף די חזקה אז איהר האט נאכאמאהל
געווינען

מסתמא האט יאסי בראך געזינגען הכל יודוך

קעניינע הארע די זאליס נאך אזויפיל מאהל פארלירען
דארפען זיי שוין אפילו נישט געווינען

פאר מיר געזאגט אז איך זאל אזוי פארלירן די לאטטא ווי
די זאליס פארלירן דא יעדען מאנטאג און דאנערשטאג

און די זאליס זאלען אזוי פארלירען א גאנצע וואך אזוי ווי זיי
האבען דא היינט פארלוירען.

לעבעדיגער » 14/1/2008 19:39

ווערביניך, די איינציגסטע ווערטער ואס די שרייבסט וואס האט צוטוען מיטן אמת און מיטן שכל, זענען די פאלגענדע ווערטער:

"וואס דארט איז געווען ווייס איך נאך נישט"


חוץ דעם קוקסטו סתם אויס דעפרעסט.

guar » 14/1/2008 19:42

ווער בין איך

זיי נישט נאיוו ליין די פעפערס  די זאליס האבן דא מיאוס פארלוירן, באלד וועט דאס זיין צי באקומען.

דוד46 » 14/1/2008 19:48

ערשטענס וויל איך באשטעטיגן אז דא אויף היידפארק זענען די אהרונים זיכער געווינער...

אין קאורט האט מען אבער נאכנישט באשטעטיגט זייער זיג...

דער שופט האט אנגעהויבן אז ער ווייסט נישט וואו ער מעג זיך יא אריינמישן און וואו נישט. ער איז ניי אינעם קעיס, און דערפאר מוז  ער זען די פעיפערס פון ביידע זייטן פארוואס יא און פארוואס נישט, געבעיסט אויפן פסק פון אלבאני.

ער האט געזאגט אז באמת פארשטייט ער נישט פארוואס ביידע צדדים קענען זיך נישט דורכקומען צווישן זיך, ווי איידער צו קומען צו אים.

ער האט געהייסן ביידע צדדים אריינגעבן פעיפערס ביז מארטש 14, און אפגעווארפן סיי וועלכן פארלאנג פון ביידע צדדים, זאגענדיג אז אלעס וועט באהאנדעלט ווערן ערשט נאכדעם וואס ער וועט זען די פעיפערס.

רבי_יונה » 14/1/2008 19:49

די ריכטער האט געזאגט אז ער קען נישט אריינרעדן אין די קעיס, ווייל עס איז רעליגיע, האבן די זאליס געטאנעט אז זיי זענען סטאטוס קווא, האט די ריכטער געזאגט אז עס איז נישט דא קיין סטאטוס קווא, קיינער האט ענק נישט געמאכט פאר בעל הבית, ווייל ווער עס איז סטאטוס קווא דאס אליין איז א רלגיעזע אישו, האבן זיי אנגעהויבען צו שרייען אז מיט דעם מאכט ער הפקירות אז יעדער קען טאן ואס מען וויל, האט ער געזאגט עס אינטערסירט מיך נישט עס איז א רעליגיעזע אישו און איך קען גארנישט טאן.

די זאליס האבן געטאנעט אז זיי ווילן אז ער זאל אריינרעדן וועגן די בית החיים, האט ער געזאגט אז דאס באלאנגט אין אראנטש קאנטי אין מאנרא, און זיי זאלן קענען גיין נאר אין די דארטיגע קארט דערוועגן, אבער ער גלייבט נישט אז א ריכטער דארט וועט זיך אפילו אריינמישען דארט.

די זאליס זענען ארויס צובליטיגע און צוהארגט, זיי זענען געבליבען אן א בית החיים, און א ליגאלע בעלות אויף אלע בנינים אין ווילי.

דוד46 » 14/1/2008 20:03

יונה'לע

כ'האב דאך געוואוסט אז אויף היידפארק האסטו געווינען...

רבי_יונה » 14/1/2008 20:08

די זאליס אפען בית החיים קענען זאגן

יתגדל ויתקדש שמי' רבא!

עס איז דערנאך.

verbeenich » 14/1/2008 20:19

ווי זענען די פאפירען?

קו_חדשות » 14/1/2008 20:21

לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטער..

רבי_יונה » 14/1/2008 20:57

פרעג ווי איז די בית החיים?

סעדער » 14/1/2008 20:57

לעצט איז דער בית החיים...


דוד46 » 14/1/2008 20:59

וואס דארף מען זיך טענה'ן אויף זאכן וואס איז דא שווארץ אויף ווייס?

לאמיר ווארטן א טאג אדער צוויי טעג וועט אלעס זיין צום ליינען!

מוזיקנט » 14/1/2008 21:33

פארוואס זענען די ארונים עפעס שטיל איבער די מארגענדיגע קעיס איבער בית החיים?
הא?

עפעס זענען זיי נישט אזוי באגדול'ט, דער גרויסער געווינס איז גוט פאר די נוירסערי קינדער
פאר די קינדערגארטען עידזש איז עס שוין נישט עפעס אזוי פויגעלדיג.

די קורצקעפעלך דא אויפן פארק, שפירן אז דאס וואסער זייערע רינט אויס.

הא?

ארגינעלער » 14/1/2008 21:36

מוזיקאנט ברענג בילדער, נו בילדער

אז נישט זאגסטו ליגנט.

כא כא כא, דו גרויסער לוזער.

האט איינער באמערקט?
ס'איז דאס ערשטע מאל זייט די אנפאנג פון די קאורט עפאכע, וואס די זאליס דערקלערן נישט קיין זיג!!!

מוזיקנט » 14/1/2008 21:52

וואס זיג ווען זיג.
דער ריכטער האט קלאר געזאגט אז מ'זאל אריינגעבן פאפירן.
ער האט גארנישט גע'פסק'ט היינט.

די ארונים זענען חרוב (!)

לעבעדיגער » 14/1/2008 21:54

ארגינעלער, נאר מיט מוזיקנט גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים, אין אן אנדערע פורום זעה איך ווי ער שרייבט אז נאכן היינטיגן פסק פון געריכט אין ברוקלין קענען די אהרונים פארגעסן פונעם בית החיים... פארטיג! נישטא מער, אלעס איז ביי זיי!...

ווייסט פון א גוטען סקייעטריסט ?...

דוד46 » 14/1/2008 21:56

ארגינעלער

אזא גוטס האב איך נאכנישט געליינט...

האלבערשטאם » 15/1/2008 23:12

דער שופט גייט נישט זאגען ווער מעג זיך רופען סאטמאר?

ווי קענען זיך צוויי צדדים רופען מיטן זעלבער נאמען ווען עס איז א טרעידמארק?

אפשר זאל איך מיך מארגען רופען קאקא קאלע איז קאורט זאל זיך נישט אריין מישען?

גלייב מיר עס איז נישט סוף פסוק.

לעבעדיגער » 16/1/2008 00:41

ווען דער שופט אין אלבעני האט גע'פסק'נט אז ער קען נישט זאגן ווער עס איז פרעזידענט פון "קהל יטב לב" האסטו פארשטאנען אז ער האט א גוטע טענה אז ער טאר זיך נישט מישן ? ווי קענען צוויי מענטשן זיין פרעזידענט אויף א קאנגערגעשאן ?

צו די האסט אזוי פארשטאנען צו נישט, דאס איז זייער ענטפער, דאס באויפטראגט אויך די קלענערע געריכטן אינערהאלב די סטעיט אוו ניו יארק, און דער שופט וויל זיך בשו"א נישט מישן אינערהאלב די סיכסוכם,

פערטיג, קעיס קלאוזט!

איי, ער האט דאך געגעבן א דעיט ביז ווען מ'זאל אריינשיקן פרישע פאפירן, איהכ"נ, אבער נישט איבער א טענה וואס וועט ארייננעמען אין זיך דער אנטשיידונג פון ווער עס איז "קהל יטב לב" אדער ווער עס איז רבי, ער איז מסכים צו נעמען פאפירן איבער סיי וועלכע מחלוקה אינערהאלב די קהלה, אבער ער זאגט קלאר אז ער וועט זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט וואס ברויך זאגן ווער עס איז קהל יטב לב,

ער האט עס זייער קלאר געזאגט, און מ'קען דעראויף זאגן "בור כרה ויחפריהו"....
מיט זייער טענה אז ס'איז א רגעליעזע אישו און דער געריכט טאר נישט אריינרעדן, מיט די טענה האט מען זיי יעצט אנגעפאטשט,

חייםחייקל » 16/1/2008 02:51

סא ווען גייען מיר צוריק אויף ראדני?

ביבער » 16/1/2008 02:54

סא דוד ווען גייט מען באקומען דעם בית החיים

13Hooper » 16/1/2008 02:59

ראדני איז אינז צי קליין  אין פאר ענק איז דאס צי גרויס
ווען דער באשעפער וועט העלפען וועט עטץ קענען זיך פארגלייכען פאר די היינטיגע פרייז
אין נישט פאר דער פרייז פין בשעת הגזילה

פלעכטעל » 16/1/2008 06:29

היינט האט מהרז"ל אנגעקאלט דעם באקאנטן,
בעל דברי הקדוש מילך שטערן
וואס איז באקאנט מיט זיינע ראמענטישע שיחות
מיט ר' דוד שמידל
אז מען ראטעווען דעם קרית יואל'ן בית החיים
רישטס ענק אויף א געלט אקציע

_________________

 



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 20/01/2008 21:05:14

ענטפער » 16/1/2008 16:50

איך האב באקומען א טעקסט מעסידש אזוי

הגרז"ל האט פארופן אן אסיפה מיט אתרא קדושה

און מיט וועד להצלת קברי קדמונים

אז זיי זאלן העלפן ראטעווען די ביה"ח אין קרית יואל

דוד46 » 16/1/2008 16:57

מאנטאג ווען די אהרונים האבן געקלעימט זיג אין קאורט, איז געקומען א טעקסט–מעסעדזש אז דער מאנראוער רבי הערנדיג די נייעס האט געהייסן מעלדן זיינע חסידים אז די תקנות איז בטל...

_________________

בערל550 » 16/1/2008 17:04

נו... דוד'ל....

ווער איז בעה"ב יעצט אין ביה"ח?

רבי_יונה » 16/1/2008 21:08

די זאליס זענען שרעקליך צוטראגען וועגן די בית החיים, נעכטען האבן זיי געהאט א מיטונג ביי ר' שלמן אינדערהיים, ווי אלע קארפן קעפ האבן זיך באטייליגט, ובראשם שלום דייטש און יעקב בער, ס איז געגאנגען טישן און בענק, יעדער האט באשולדיגט שלום דיייטש אז ער איז שולדיג אויף די דורכפאל, און ער האט יעדעם צוגעזאגט אז די בית החיים איז ערלעדיגט.

מען האט געזינגען איכה, און מע האט געוויינט דארט, אאיינער יאקאבאווישט וואס ארבעט אין אפיס האט געזאגט אז די מעמבער קיפ איז פארטיג, דער עולם וויל נישט געבן מער קיין מעמבער שיפ ווייל מען האט פארלוירען די בית החייים.

שלום דייטש האט געזאגט אז עס איז דערנאך, עס איז נאר דא איין ברירה אדער צו פארהאנדלען מיט די אהרונים, אדער מאכן איין אייגן בית החיים אדער ליגען ביי די בני יואל, ר' זלמן האט געזאגט אז ער האלט נישט ביים ליגען אין בני יואל לעבן די פאר משגעים דארט, און יעקב בער האט געזאגט אז ער וויל נישט ליגן לעבן ר' בערלע ווייס דארט.

דערווייל איז געבליבען אז מען גייט מאכן נאך א מיטונג.

דוד46 » 16/1/2008 22:03

יונה'לע

האסט פארגעסן צו ענדיגן, אז די מיטינג האט באשלסאן אז מען האלט נישט ביים שטארבן אזוי שנעל...

א פרייליכן פורים...

_________________

לעבעדיגער » 16/1/2008 22:11

דוד'ל,

וואס זאגן די נייע ערוויילטע חברא קדישא פירער, ווי זאל מען לייגן מרת ווייס ע"ה  (אשת הרב הערשל שליט"א)?....

קענסט רעדן צו די נייע ערוויילטע חברה קדישא און זעהן אז מ'זאל אינסטאלן א בעסערער הייצונג סיסטעם אין אוהל הק' ?...


הדא הוא דכתיב, א פרייליכען פורים!...

רבי_יונה » 16/1/2008 22:39

ביי די זאליס איז איצט תשעה באב און נישט פורים.

ארגינעלער » 16/1/2008 23:33

יעקב שמשון פון די חברה קדישא האט פריער געזאגט, אז אלעס איז אינטער קאנטראל
 (אפשר ביי גאטליב'ס רעסטאראנט)...

ארענדאר » 17/1/2008 04:40

ווארבאטום פון דעם הירינג!

לייענט און האט הנאה!

ארענדאר » 17/1/2008 04:44

http://www.gigasize.com/get.php?d=fbns09vz3sd כאפטס אריין א וואדקע

געשמאק » 17/1/2008 06:33

ישר כח ארענדאר,

איך בין עס דורכגעלאפן שנעל. שפעטער וועל איך שרייבן א לענגערן אנאליז אבער דאס איז וואס מען זעט אינעם פסק בקיצור:

1. דער דזשאדזש זאגט אז ער זעט נישט וויאזוי דאס געריכט זאל זיך קענען אריינמישן און זאגן א פסק אויף די זאלי אנקלאגע, און ער האלט אז ס'איז זיכער נישט דזשאסטישעבל (דאס מיינט אז דאס געריכט קען נישט פסקנען דערויף) ווייל ס'איז א רעליגיעזע פראגע. ער האט געגעבן א טשענס פאר די זאליס אז זיי זאלן אים פרובירן אויפצואווייזן אנדערש, אבער פון זיינע ווערטער קוקט אויס אז ער וועט זיך נישט ברעכן אזוי גרינג.

2. דער דזשאדזש האט געזאגט אז איבער די פראגע פונעם ביה"ח וואס איז אין ארענדזש קאונטי דארף מען גיין צום ארענדזש קאונטי געריכט, אבער ער גלייבט אויך נישט אז ארענדזש קאונטי וועט יא מסכים זיין זיך אריינצומישן, ווייל ס'איז ווייטער א רעליגיעזע פראגע און ס'איז נישט דזשאסטישעבל.

3. דער דזשאדזש האט געזאגט אז די איינציגסטע קעיס וואס איז דא יעצט פאר'ן געריכט, וואו דאס געריכט קען זיך אריינמישן, איז נאר די אהרונישע קעיס (פרענקעל קעיס), דאס איז די אנקלאגע וואס די סאטמארע מעמבערס האבן אריינגעגעבן אין געריכט אז זיי האבן געגעבן געלט אויפצובויען די נייע בית המדרש, און די זאליס האבן עס צוגענומען.

סך הכל: די זאליס האבן געהאט זייער א שלעכטן טאג אין קאורט, און דער ריכטער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ער האלט אז ער קען נישט דן זיין אויף זייערע קלאגעס.



תוקן על ידי געשמאק ב- 17/01/2008 7:27:05

איזראלי » 17/1/2008 17:47

אפי' אין די ביה''כ פון ראדני איז ער נישט מרא דאתרא .