אבער אנשטאט פרובירן דאס צו פארווישן ווי ס'וואלט געווען דער פאל אין אנדערע מקומות האט קהל יטב לב, אויפן באפעל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א, פארעפנטליכט א מחאה נמרצה איבער וואס ס'האט פאסירט, און דערמיט גורם געווען א געוואלדיגן קידוש השם ביים ארויסווייזן אחריות און ערנסטקייט ווי ס'פאסט פאר א קהילה קדושה בישראל וואס שטייט אונטער די הנהגה רוחנית פונעם מנהיג הדור, און נעמען פולע פאראנטווארטליכקייט אויף די פאסירונג מיט א שטארקע האפענונג אז ס'זאל מער נישט פארקומען.
גלייכצייטיג האט קהל אויך מוחה געווען אויף די פרעכע חוצפה פון עטליכע יונגעלייט, פארשטייער מצד די זאליס, וועלכע זענען בריש גלי אריינגעגאנגען אין דעם זעלבן מקום טומאה. עס איז צום ערווארטן אז די פירער פון די "הנהגת התורה" פארטיי זאלן כאטש יעצט ארויסווייזן דאס ביסעלע מוהט און כאטש 'נאכטוהן' (א זאך וואס זיי גלייכן שטארק...) די סאטמארע קהילה מיט זייער קידוש שם שמים.
דאס האב איך באקומען אין אימעיל:
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=check_download&ufid=8DE9E45170BE4E56&key=f13ee6566d6c040308b07be8bae80a13cec415af
_________________
If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it
תוקן על ידי געגאנגען ב- 14/01/2008 16:28:08