היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שומו שמים!! און א קירכע גאר?

שומו שמים!! און א קירכע גאר?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2344050

יוסעלעגולם » 11/1/2008 16:33

געוואלד!
דאס הארץ ווערט פארגליווערט הערענדיג דאס אומגלויבליכעס אז אידן אזויגערופענע שומרי תו"מ האבן זיך באטייליגט ביי א לווי' וואס איז פארגעקומען פאר א הויכראנגיגער פאליציי שעף און זענען נישט מער נישט ווייניגער בפועל אריין און א קירכע של נוצרים און אפילו אויפגעטרעטן מיט א רעדע שטייענדיג לעבן גלחים ווען פאר די אויגן הענגן ריזיגע שתי וערב'ס רח"ל!! 

ווי האלטן מיר אויף דער וועלט? לאן הגענו?   
ככל הגוים בית ישראל ר"ל!!
 
די חילול השם די אלע יארן פון אזעלעכע וואס רופן זיך סאטמאר איז דאך איום ונורא!! און פארשטייט זיך אז דאס גייט דאך מדחי אל דחי ביז עס האט פאסירט ליידער וואס עס האט פאסירט ד' ירחם!

מען רעדט דאך פון די הארבסטע ענינים, אבוזרייהו דע"ז וואס איז יהרג ועל יעבור! עיין בריטב"א ע"ז י"א, וכן דעת הרשב"א המובא בטור(יו"ד קמ"ט) דאפילו במקום פיקוח נפש אסור, (הגם במקום פיקו"נ איז א מחלוקת ראשונים שו"ע יו"ד קנ"ז ג') אבער ווי עס האנדעלט זיך נישט קיין פיקו"נ איז דאך יהרג ועל יעבור!

דער חיד"א שרייבט (ברית עולם תל"ה) בשם זקינו בעל חסד לאברהם "שהנכנס לבית ע"ז שלהם הרי הוא בכנפי הסטרא אחרא של הטומאה,ומטמאים אותו מעט מעט,ולא ידע כי בנפשו הדבר" !

איך מיין אז עס איז העכסט צייט איינמאל פאר אלעמאל אז אלע חרדישע קהלות זאלן מפרסם זיין איבעראל אז די וואס רופן זיך סאטמאר רעדן נישט און נאמען פון כלל ישראל... און אפשר גאר אריינלייגן אן אנאנס און די טיימס....  עס איז נעבעך יענע געלעכטער! 

 אוי,איך האב פארגעסן נאר די אגודיסטען קענען מאכן א חילול השם...  

Baachi » 11/1/2008 20:01

יאסעלע

אל באפך, קען זיין סאיז א פראטאסטאנטישע קירכע.

גיב אלינק צו די מעשה שהיה.

ס'דא אתשובה אין מהר"ם שיק ועוד אחרונים שמחלקים בין קאטולישע בית ע"ז ממש, לבית פראטעסטאנטען שהם רובם של הגויים במדינה הזאת, שאינו נקרא בית ע"ז ממש. 

אוודאי לאו משנת חסידים הוא זו, אבער פונדעסטוועגן דאך ביז אביזרייהו דע"ז רח"ל איז דא אחילוק.  

יוסקעלע » 14/1/2008 01:58

half_dead » 14/1/2008 02:23

According to the "vayoal mosha" most of the orthodox jews are anyway apekorsem and ovdie avoda zora.