היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קערי אינדאורסט אבאמא – מאכט עס אויס?

קערי אינדאורסט אבאמא – מאכט עס אויס?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2343759

דוד46 » 10/1/2008 23:50

דער געוועזענער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט אין 04 האט היינט אינדאורסט דעם שווארצן אבאמא. אבער מען זעט לויט די רעאקציעס אין פארשידענע צייטונגען בלאגס ווי מענטשן לאכן פשוט אפ פון זיין אינדארסמענט נאכן פירן אזא שלימזל קאמפיין ווען ער האט לייכט געקענט באזיגן פרעזידענט בוש און האט פארלוירן די געלגענהייט. אזוי דערנאך ווען ער האט כסדר געטוישט זיין מיינונג אז ער גייט יא/נישט לויפן נאכאמאל, ביז ער האט פארשטאנען דעם מעסעדזש פון די דעמאקראטן: ביזט א לוזער, בלייב אינדערהיים.

ביבער » 11/1/2008 03:12

גערעדט  צידערזאך
האט אבאמא אפילו א טשענס צי געווינען
http://www.realclearpolitics.com/polls/
דא קען מען טרעקן די פאלוס מען קען טשעקן אין יעדע סטעיט
די פאלוס אין רוב סטעטיס איז אבמא אינטערשטעליק
סא וואס איז דער גאנצער שטרועם ארום אים

elmonsey » 11/1/2008 06:40

פאולס קען מען שוין כמעט נישט גלייבן קיק נאר וואס זיי האבן געזאגט אויף ניו העמפשיר.
לגבי קערי איך האלט אז עס מאכט נישט אויס אסאך

_________________

Stop Hillary Express

דוד46 » 11/1/2008 18:57

די פאול נעמער געבן הסברים פארוואס זיי זענען דורכגעפאלן אין זייערע פרעדיקשענס ביי די קלינטאן-אבאמא פארמעסט אין ניו העמפשיער

למעשה זעט מען אז זייער טעות איז ענדערש געווען אין איבערשאצן אבאמאס כח, ווי איידער קלינטאנס, דעריבער קען מען פארשטיין אז די שיינע נאמבערס פאר קלינטאן זענען לכאורה אמת

elmoney

יעצט וועסטו מוזן אסאך שווערער ארבעטן צו פאוסטן דיינע "סטאפ הילערי עקספרעס" טאוולען...

elmonsey » 11/1/2008 20:49

Hannity האט שוין געטוישט זיין סלאגן צי  stop hillary AND obama express

_________________

Stop Hillary Express