ירושלים פארט אויף רעדער!
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2342457
ירושלים איז היינט אויסגעהאנגען געווארן מיט דעם צעטל, וואס טרפ'ט אלע פליישן אויך פון די עדה החרדית. און דאס בית דין
איז שרעקליך אויפגעברויזט דערפון, אז ער גיט ארויס א צעטל אן די חברי הביד"ץ וועלכע זענען נישט איינשטימיג דערמיט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
תוקן על ידי - דוד46 - 08/01/2008 19:40:23
_________________
דער צעטל איז א פראסק פאר הרב שטערנבוך ווייל ער טרפה'עט העדה החרדית פלייש אויך. עס האט געהאנגען היינט אין גאס
אין די העדה החרדית האט עס געהייסן אויפהערן קלעפן ווייל ער איז פוגע אויך אין די אייגענע העדה פלייש.
תוקן על ידי - דוד46 - 08/01/2008 19:41:38
_________________
קיינער פארט נישט אויף רעדער.
אפאר כיטערע זאלונים מאכן א מצב דא אויף היידפארק...
ביטער איז פאר די זאליס אז זיי מוזן שוין הענגען דעם צעטל...
א בריוו צו האדמו"ר מסאטמאר...
כדי אפצוטאן דעם ראב"ד !
זאלונים. הערטס אויף מיט די שטותים.
צי ענקער לאשיק'ל שרייבט נאר ר' שימעלע.
עס וועט דיר נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו.
דיין ראב"ד האט דא אנגעקאכט א קאשע, און עס האט זיך גוט צוגעברענט..
דוד
ביסט לכאורה א ייונג אינגל, און היפש אומרייף.
אט, הער פארוואס.
איך געדענק מערערע הלכה'ידגע פולמסים אין די עדה החרדית צווישן די גדולי הפוסקים, און איינער האט געצויגן להיתר און אנדערע לאיסור.
למשל,
1) ביי די שאלה פון עפענען סאדע פלעשער, האט הרב פישער זצ"ל, גע'פסק'ט להיתר. כאטש יעדער האט געזאגט אז ס'איז בתכלית האיסור.
2) ביי די בדיקת ס"ת דורכ'ן קאמפיוטער, האט דער מנחת יצחק מתיר געווען, און שטראסבורגער רב זצ"ל און אנדערע האבן געשריגן אז ס'איז אסור.
און נאך פארשידענע ערנסטע זאכן איז פארגעקומען חילוקי דעות.
איצט איז אויך א חילוקי דעות, און ס'איז נישט עק וועלט. דאס צעטל הענגט נישט, דאס האט געמאכט א באקאנטער ליידיגגייער, יאסל ניינציג.
און ליידער מוז'זן די זאליס מאכן א צעטל, מיט א בריוו פונעם גדול הדור פון ארץ ישראל, צום גדול הדור פון אמעריקע.... - אוי ווי גליקליך איך שפיר זיך.
נעבעך אזאנע פארלוירענע קינצן
א פארלוירענע קינדישע שטיקל, עס קוקא אויס ווי די זאליס דערשטיקן זיך מיט די לעצטיגע געששענישען
אויף ענגליש הייסט דאס דעספערעט מאוו
נאכדעם וואס עס איז געווען א ישיבת בית דין פאריגע וואך בהשתתפות הראב"ד און עס איז אנגענומען געווארן להיתר, קען ער נישט קומען זאגן עס איז אסור!
ווען די מצעד תועבה האבן די עדה אויך נישט געוואלט דאן האבן די פאר קנאים געטאנצט אז זיי האבן דעם הרב שטערנבוך
יעצט פלאקערן זיי
יא יא מיט אזעלכע דארף ירושלים זיך ספראווען
איך זאג אז די אלע עטענשן וואס ר' אהרן איז לעצטנס אזוי שרעקליך אבסעסט, איז נאר צו פארגלעטן זיינע פאטאלע ערכאות פארליסטן, און ער איז דעספרעט צו ווייזן די וועלט אז איך בין נאכאלס די עכטע סאטמארע רבי, און אין א געוויסן זין דערווייל געלונגט עס איהם.
פלוצלינג, טעקסעס שחיטה, חתונה תקנות, שטערנבוך בריוו, אסיפות, וואס איז דא פלוצלינג געשען, אלעס האט פלוצלינג אויסגעפלאצט אזוי בבת אחת. יא מהאט שוין געהערט אז איינער וויל אמאל עפעס אויפטוהן אבער וואס פלוצלינג א כוואליע פון אטענשען אין וועלטס פארזארגעריי.
איך האלט אז אויב ר' זלמן לייב זאל רופן אן אסיפה, וועט ער האבן פונקט אזוי פיל רבנים נאך אפשר מער, נאר ער זוכט נישט קיין עטענשן.
(הערה: אין דעם פארום ביטע שרייבן ר' אויף יעדן רב)
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/01/2008 1:10:26
ביי די מצעד התועבה האט דאס בי"ד לכתחילה נישט געוואלט אנהייבן די מערכה בפרהסיא צוליב הרחק מן הכיעור. אבער וויבאלד דער ראב"ד האט אנגעהויבן מאכן א טומל דערפון האט מען שוין נישט געקענט שטיין אין א זייט.
אבער דא איז פונקט פארקערט. דאס בי"ד מיט'ן ראב"ד אינאיינעם האבן געפסקנט להיתר, או פלוצלינג איז א בריוו פון ראב"ד פארקערט.
איך פארשטיי נישט?
איז נישט דער ראב"ד "ראש בי"ד"
וואס מיינט דער בי"ד
זענען מיר אפשר אין וומסב"ג.
ער מעג זיין ראב"ד
אויב איז ביים ישיבת בי"ד אנגענומען געווארן א החלטה מיט אים אינאיינעם, קען מען נישט שיקן דערנאך א "געיהיימען" בריוו קיין אויסלאנד, און דערנאך דאס אפלייקענען
רעד איך פריער צי איינעם אין ארץ ישראל
געט ער מיך א פרעג צי איך ווייס ווי סאסמאנס שול אין מאנרא איז
זאג איך אים יא איך ווייס ווי די קירך איז
פרעג איך אים פארוואס
זאגט ער מיר גאנץ ירושלים איז דא
פרעג איך וואס ?
זאגט ער מיר יא מיר פארן אויף רעדער
אז מען לעבט דערלעבט מען
עס הט נאכאמאל געוויזן אז די אהרונים קען מען נישט טראסטן.
אז דער ראב"ד האט געשיקט דעם בריוו נשט צו ווייזן פאר אנדערע, האבן זיי עס נישט געטארט ארויסגעבן. יעצט עסן זיי די פירות.
דודל וואס איז געווארן מיט די ברכת השנה בריוו פינעם גאב"ד
אין וואס זאגט ריח"מ פריעדמאן עסט ער נאך ענטרעקס?
אין וואס טוט דער הגז"ל שפילט נאך סלאט טעיר נאך נישט בארד פין עס
אין וואס טוט קיטשי זאלי קרעכצט ער נאך
תוקן על ידי ביבער ב- 09/01/2008 2:00:55
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/01/2008 2:04:59
אנגעמאכט א שטינק און אנטלאפן פון שטאט...
סקאט.
אמת ער זוכט אענטשאן, אבער פארוואס זענען פלוצים אלע רבנים משוגע געווארן צו קומען קיין סיגעטער ביהמ"ד ווייל איינער זוכט אטענשאן.
ביי די וועי, דיינע פערדערייען פון זיך משוגע מאכן אויף יעדן פארום און שפילן פארקערט, איז א שטאפעל ווינציגער פון מעשי ילדות.
_________________
מיר פארשטייען בכלל נישט וואס דא גיי פאר? איינער זעהט אין די ראב"ד בריוו אהרן ט"ב נאמען עס שטייט כ"ק אדמו"ר מסאטמר שליט"א פלוצליג ווייסט יעדער איינער ווער סאטמער רבי איז
ווער האט די בריוו פון בי"ד אז זיי זענען מתיר?
יא בוש איז אין ירושלים
זאג נאר דוד, פון וואנעט האסטו אזא קלארער צעטיל ? ר' משה שטערענבוך האט אייך עס געשיקט אין אימעיל ?...
אויב זעהט איר, איז דער צעטיל נישט אריין געסקענט אדער א בילד, עס איז א קלארער אימעיל פון יענער וואס האט עס אויף די אייגענע האנט געמאכט אויפן קאמפיוטער, און יענער, צו איז עס פון שטרענבוך'ס שטוב...., צו די צעטלעך הענגער..., האט נישט געטראפן קיין בעסערן, נאר אינזער דוד, פאר וועם עס צו שיקן ?
גיוו מי א ברעיק,
די אליין אדער איינע פון דיינע שותפים האבן עס פאברעצירט, אזא צעטיל הענגט נישט אין ערגעץ, און די בישות זעען יעצט געוואלדיג, מ'האט גלייך געכאפט אייער קאשע וואס איר זיכט אנצודרייען, און איר בלייבט יעצט דער לאָזער פון שטאט,
דוד, צום ווידערזעהן ביים נעקסטן נושא, די זאך איז פארטיג,
[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין לאנג נישט געלאכט אזוי זכרנה את הדאגה !
די בעסטע איז די אינטערשריפט
רבך בעוה"ז ותלמידיך לעולם הבא
דוד: צוויי האטליינס זענען מחולק אויף דיר
אלטר משה מיט נחום האבן ביידע אינפארמעישאן אז בי"ד האט יא געאסרט די ביז יעצטיגע שחיטה פון אורוגוויי
נאר נחום זאגט זענען נישט ארויס דערמיט וועגן הפסד מריבה און אז די 2 מארק ברידערס זענען שטערקער פון די רבנים - אלטר משה זאגט אז מען טוישט צו א נייע סיסטעם פון דקות אונטער 2 יאר און אויך די זעלבע אז די וועד השחיטה פאלגט נישט די רבנים
אויך פארזיכערט ער אז סאטמאר שחיטה איז נישט פון דארט במילא דארפן אנ"ש נישט ציטערן
פון די אלע שמועות זעהן מיר אז די ביז יעצטיגע פלייש פון אורוגוויי איז א שאלה און בי"ד האט נישט מתיר געווען
קיינער צוקראצט זיך נישט פון סתם לצנות, קענסט אפשפעטן פון כל התורה כולה אזוי.
שנית, ווי קומט דא אריין זלמן לייב? איך האב נאך גארנישט געהערט פון קיין איין זאלויני זאלן עפעס ענק טשעפען אדער קריטיקרן (חוץ אביסל אויף היידפארק) ענקער ענטענשן זיכעריי צו פארעכטן אויפאיינמאל אלע שרעקליכע פירצות.
איז די אסיפה איבער כשרות אדער איבער זלמן לייב ט"ב?
אלא מאי איז יעצט הוברר הדבר, אז ענקער גאנצער ציל איז געווען אז עטס האטס געהאפט אז זלמן לייב וועט עפעס זאגן אדער רעאגירן, און ס'איז ענק נעבעך נישט געלונגען פרובירט עטס מיט לצנות צו אויפקאכן עפעס.
אויב איז די פאשקעוויל פון די ירושלימ'ער צעטל אמת....
איז דאס אויך אמת.
צווייטענס, וואס מאכסטו משוגע מיט אטענשאן.
אויב קומען 30 אויסגערופענע "עלטערע" רבנים מפורסמים, וועלכע טוען אין כשרות
איז די אסיפה א מאסיווע סוקסעס פאר כשרות.
און אויב די זאליס פראבירן צו מאכן א שטינק מיט א בריוו פונעם ראב"ד (וואס איז שוין אלט בערך 3 וואכן) איז א סימן אז זיי זוכן אטענשאן.
דער בריוו שטעלט דעם טאן, אז די זאלונים וועלן אלעס טאן אונטערצוברעכן כשרות, און וועלן טאן אלע געמיינע מיטלען, וויבאלד זייער סאטמארער רבי איז נעבעך אינדרויסן פון די LOOP
אפשר קען עס איינער אפליינען פאר מיר, ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דארט שטייט
רמקול איך האב מורא אז די ביסט דער רבי אליינס, און וועגן דעם פארשטייסטו נישט
דריי נישט מיט די צינג.
ס'איז שטותים און פערדעריי
נישט דו נישט דער וואס האט עס געפירקעלט ווייסט וואס דארט שטייט
איך האב שוין לאנג קיין צונג נישט געגעסן, דארף איך נישט דרייען מיט די צונג
ס'קוקט אויס אז די האסט נישט טאקע וואס צי ענטפערן.
די אהרונים זענען אין דער ערד!
יא, אזוי ווי די הערסט, וואס איז? האסט נישט געהערט?
האסט גארנישט געהערט אז רמקול און מוזיקנט האלטן אז דער צעטיל דא אויף הייד פארק פון דזשיגאן איז נישט צום פארשטיין ?
יא, וואס רעדסטו, ס'איז צרות צרירות, אזוי ווייט, אז זיי האלטן קלאר אז גאסט האט באמת נישט וואס צו ענטפערען...