היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר"ח שבט - תקנות גייען אריין אין אפעקט. נישט פריער

ר"ח שבט - תקנות גייען אריין אין אפעקט. נישט פריער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2342029

זשוליאני08 » 8/1/2008 00:32

א יונגערמאן פון בארא פארק וואס האט נעכטן ב"ה א שידוך געטאן מיט זיין טאכטער, און נעכטן איז פארגעקומען דער לחיים נאך האלב נאכט, האט שנעל אנגערופן דעם רבי'ן פרעגן, האט אנגערופן דעם פרעגן, אז היות, אז ער האט קובע געווען דעם תנאים אויף נעקסטע וואך, נאך איידער די תקנאות זענען אריין אין קראפט.

פרעגט ער דעם רבי'ן צי אויף אים איז אויך חל די נייע תקנה, וויבאלד ער האט נאכנישט געוואוסט פון די תקנות, און דער שידוך שליסן איז פארגעקועמן פאר ר"ח שבט תשס"ח.

האט אים דער רבי געזאגט, אז די תקנות איז חל פון ר"ח שבט און ווייטער. אז די ווילסט מוותר אויפן ווארט, מה טוב ומה נעים, אבער ביסט נישט קיין פורץ גדר.
.

רמקול5 » 8/1/2008 00:41

שוטה איינער.
אין וויאזו יאיז די הלכה אויב איינער שליססט א שידוך, ערב ר"ח שבט א שעה פאר'ן זמן.
(בערך יעצט. 5:30 נאכמיטאג). וואס וועט דער ראשקעבאה"ג פסקע'ן.

מותר אדער אסור צו מאכן תנאים?

זשוליאני08 » 8/1/2008 00:50

אפשר בין איך טאקע א שוטה.
אבער וואס איז די הלכה אויב איינער וויל כאפן א ציגראטעל ערב שבת קודש בליז 10 מינוט פאר'ן זמן.

מעג ער לכתחילה אדער נישט (נישט קיין קווינס בחורים חלילה)...

וואס פרעגסטו אזוי נעריש.
די תקנות גייען אריין אין קראפט ר"ח שבט
נישט פאר דיר, און נישט פאר דיינס גלייכן. איר זאלט אויסגעבן אין אלף הששי, ווייל אייער לאקאלער קימערט זיך גאנץ קנאף וויפיל חובות איר האט.

דוד46 » 8/1/2008 01:18

די שאלה איז אויך צי א שידוך פאר ראש חודש שבט מעג זיך יא ציען מער ווי 6 חדשים, און עס איז נישטא דער חשש אז דער בחור וועט צעקאכט ווערן...

און בנוגע די אישו פון חובות:

וועמענס ביליגע האל קאסט טייערער, שמח תשמח אדער מנוחה ושמחה?

וועלכע ביליגע האל גיט אן אפשען צו באשטעלן אויך סטעיק, שמח תשמח אדער מנוחה ושמחה

בשמחה_תמיד » 8/1/2008 05:11

שוין דא אן אשכול וועגן די תקנות.

_________________