וואס איז געשען זונטאג נאכט מיט'ן הוק-אפ?
קוקט ווער ס'האלט אלץ מיט די לייוו הוק-אופ'ס...
זיי האלטן אלעס מיט מיטן גרעסטן נייגער, נעבעך נעבעך...
_________________
דער אנפירער פון די האט ליין האט באקומען ערשטהאנטיגע אינפארמאציע אז די זאלונים האבן געלייגט די האנט אויף די מתיבתא בנינים (ווי עס איז געווען דער מעכטיגער פלאן פון זושא געלב, זיגי בראך, משה מאנראוער)
און פאר גרויס פאניק האט ער אראפגעשאסן דעם טעלעפאן ליין.
דוד'ל,
אלץ אן אלטער ידיד נאך פון בעפאר דו האסט געהייסן דוד'ל,
וועל איך מיך אויף דיר דערבארעמען, און דיך אינפארמירן
פונקטליך וואס ס'איז פלוצלינג געשעהן, אז מען האט
אפגעהאקט די לייוו בראדקעסט פון די דברות קודש
פון כ"ק רבינו הקוה"ט שליט"א,
ומעשה שהי' כך הי',
נעכטן נאכט איז געווען ניטל, און ביי סאטמארע חסידים
פירט מען זיך אז מען לערנט נישט די נאכט פון ניטל,
איך רעד דא נישט פון די מחמירים וואס משום ספיקא דיומא
לערנען זיי נישט א גאנץ קאלעכיג יאר, ניין, פון זיי רעד איך נישט,
ווייל זיי טיטולירט איר סאטמארער רבי און נישט סאטמארער חסיד,
איך רעד נאר פון די צוריק געבליבענע ערליכע סאטמארע חסידים,
וואס א גאנץ יאר לערנען זיי יא, זיי פירן זיך נישט צו לערנען ניטל,
על כל פנים נחזור לענינינו, אזוי ווי מיר פירן זיך נישט צו לערנען די
נאכט פין ניטל, האט דער רבי זאל זיין געזונט אויסגענוצט די געלעגענהייט
און אנשטאט פון צוזאגן א שיינעם דרוש מיט פילפול כדרכו בקודש,
האט ער גערעדט פון דברים העומדים על הפרק, און האט געזאגט אז
אזוי ווי דא געפינען זיך נישט קיין בחורים וועט ער אויסניצן די געלעגענהייט
און רעדן פון עניני קדושה וטהרה, אבער די אנפירער פון קול סאטמאר
און קול מבשר האבן זיך דערוויסט אז אין קווינסער ישיבה איז דא א לייוו
האקאפ פון זייער טעלעפאן ליניע, און אז די קווינסער בחורים ווילן
חלילה נישט פארפאסן קיין איין ווארט פונעם רבן של ישראל,
ווי אויך האבן זיי זיך דערוויסט אז אויף 550 בעדפארד זיצט זיך דער
ראש הגאזלונים מיט יודעלע וויינשטאק און מיט זיין הויז בחור און הערן
זיך אזוי געשמאק צו צו די דברות קודש, און נישט וועלנדיג חלילה מכשיל
זיין די אומשולדיגע בחורים האבן זיי ספאנטאן אפגעהאקט דעם בראגקעסט,
און ר' זלמן לייב, יודעלע וויינשטאק, מיטן הויז בחור וי אויך די טייערע בחורי
חמד פון קווינס, די וואס שעהמען זיך נישט צו שמועסן ביז אהבה רבא
נאר ווען עס קומט צו שטיין אויף די ברענטשעס באקומען זיי די מידה פון בושה,
כדברי נפתלי בלומענפעלד, זיי זענען נעבעך אלע געבליבן מיט די שפייעכטץ
אין מויל,
נו, דוד'ל, איך האב דיר געגעבן סחורה, נו, הייב אן מיט דיין מנוולות,
זאג איבער די דברות קודש וואס דיין רבי האט געזאגט ווען קול סאטמאר
האט זיך אפגעהאקט, נאר איך בעט דיך, שרייב דאס ברמיזה, ווייל
דער מנהל וועט נישט דילדן קיין עקספליסעט ניוול אויף דעם פורום,
(הערה: אין דעם פארום ביטע שרייבן ר' אויף יעדן רב)
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/01/2008 1:13:04
חוץ ביי די אידן ביי וועמען חטא הידוע איז ציונות.
אפשר ביי אזעלכע דוד'לעך איז דאס אויך ניבול.
WHO KNOWS
WHO CARES
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אז דו סטאפסט נישט זאפארט מיט דיין פערדישקייט
הער איך מיך אויף צו חבר'ן מיט דיר, איך שעם מיך פשוט,
דוד'ל, די דרשה וואס רבינו הקדוש שליט"א האט געזאגט נעכטן נאכט,
איז געווען א ערשט קלאסיגע דרשה, א דרשה וואס צייגט הנהגה,
א דרשה וואס אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגן דברי יואל זי"ע
צייכענען אן אלץ א דרשה וואס וועט בעזר השי"ת אפראטעווען דעם דור,
ביי אייך איז אלעס ניוול פה, ביי אייך איז האלב ש"ס (חלילה) ניוול פה,
ביי אייך זענען דעם רבינס שובבי"ם תורות געווען (רח"ל מהאי דעתא)
ניוול פה, דוד'ל, טויזענטער אידן זענען געזעצן אין רויז קעסטל און זיך
צוגעהערט צו די דברות קודש פון אונזער רבי שליט"א, אבער געהערט
האבן דאס הונדערטער טויזענטער אידן איבער די גארער וועלט, (אפילו
אונזער דוד'ל ווייסט אויך פונקטליך וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט)
און דיין שטריק זיצט נעבעך מיט די פיס אינדערהייעך און הערט דזשיגאן
טעיפס, און דאס טיט דיר נעבעך זייער וויי, און אן קיין שום בושה שרייסטו
אויס קבל עולם ומלואו, רבותי, ס'רייסט פון מיר שטיקער, רבותי ס'טרעט
מיר צו, רבותי איך האלט דאס שוין נישט אויס, דוד'ל יעדער זעהט ווי אדוק
דו ביסט צו רבינו הקדוש שליט"א, דו לייגסט דיך מיט עהם, דו שטייסט
אויף מיט עהם, ס'איז פשוט שוויתי רבי אהרן לנגדי תמיד, דו ביסט נישט
מסיח דעת פון עהם קיין איין רגע, און דאס איז נעבעך דיין וויי געשריי,
ועל דא קאמרי אינשי, I FEEL YOUR PAIN......
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/01/2008 23:06:41
ווער געדענקט נישט ווען דער בירך משה האט געהאקט אויף די מאדע פון "ווייסע הוטן" פון די פרויען
דעמאלט האט ער געזאגט, איך בין שוין אן אלטער איד, און איך האב אויך נסיונות.
די ווערטער געדענק איך ווי היינט. ס'שוין דא דערפון בערך 18-20 יאר.
די היינטיגע זאלונים האבן זיך געווארפען פון געלעכטער, און חוזק געמאכט.... (קיין היידפארק איז דעמאלט נישט געווען).
איצט לאכן די זעלבע אמאליגע לאכערס פון זיין זון.
און מיר אלע לאכן פונעם לאקאלן פאסטראמי פרעסער און תלמיד מובהק פון רבי שימעלע
_________________
די תורה הקדושה איז קודש קדשים.
נישט אלעס קען מען לערנען מיט קינדער.
א גאנצע הייליגע מסכת (נידה) לערנען מען נישט איידער די חתונה.
_________________
מ'האט עס אפגעהאקט כדי די זאלסט עס נישט הערן
ער האט ארויסגעברענגט לשוטת דוד'ל, ער מיינט ארויסצוברענגען, נו, אז מ'לערנט נישט געוויסע ווערטער אין חדר מיינט שוין אז ס'איז נישט איידל, חלילה וחס מהאי דעתה, נאר וואס, מיט קליינע קינדער און בחורים און אזעלכע אידן ווי דודל מיז מען דאס אויסלאזן,
_________________
דער וואס האט געהאלט די טעלפאן פארן הוקאפ האט אפגעהאקט די טעלפען
נישט קול מבשר און נישט קול סאטמאר
נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט געזאגט אז יעצט געפונען זיך נישטא קיין בחורים פיל איך מיר באקוועמער צו רעדן
( 1)וועגן נישט לאזן גיין בחורים צו חתונות 2)נישט זיין קיין חתן לענגער פון 6 חדשים 3)נישט לערנען די הלכות ביי פרעמדע מחנכים וואס קומען פון אפיקורסישע מקורות)
דיין קאפ ליגט אין נוולות
אמר רב חנן בר רבא: הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה
שבת לג
דו צווינגסט מיך פשוט אויסצוזאגן פארוואס מען האט אפגעשפארט
די לייוו טעלעפאן ליניע צו די דרשות, וועל איך דיר אויסזאגן דעם אמת,
איינער פון די חשובע דרשנים האט דערציילט א מעשה וואס
קען אויסגעטייטשט ווערן לגנות הגאזלוינים חלילה, און מיר
האבן ענק פשוט נישט געוואלט מצער זיין, איר זענט שוין גענוג
געווען דערשלאגן זונטאג פון די גרויסע הצלחה וואס רבינו שליט"א
האט געהאט ביי די אסיפת הרבנים, ווי אלע 28 געלאדענטע
רבנים זענען ערשינען, און ס'איז געווען א אסיפת הרבנים לשם
ולתפארת, און ווי פארשטענליך האט דאס ענק אראפ געפירט
פונעם גלייכגעוויכט האבן מיר פשוט נישט געואלט אז ס'זאל זיין
לקתה בכפליים ביום אחד, האבן מיר אויסגעלאשן דעם האט ליין,
פשוט מיר האבן אייך געשוינט.
און די מעשה וואס דער חשובער בעל דרשן האט פארציילט גייט בערך אזוי:
צוויי אידן, חסידים פון צוויי באזונדערע רבי'ס האבן צעווישן זיך ארום געטענה'עט
וועלעכער רבי ס'איז גרעסער, זאגט איין חסיד פארן צווייטן, מיין רבי איז
פיל גרעסער פון דיין רבי, NO COMPARISON, פרעגט דער צווייטער,
מיט וואס איז דיין רבי גרעסער פון מיין רבין?, ענטפערט ער, מיט וואס?
מיין רבי זיצט שוין 50 יאר און לערנט יומם ולילה, ער הארעוועט טאג און
נאכט, ער איז היינט צוטאג א גאון עולם, און דיין רבי קיקט קיינמאל נישט
אריין אין קיין ספר און טאקע וועגן דעם איז ער א פיסטער עם הארץ,
BIG DEAL צושמייכעלט זיך דער צווייטער, אז מיין רבי וועט זיך זעצן
לערנען פלייסיג פאר די נעקסטע 50 יאר וועט ער זיין פונקט אזא תלמוד
חכם ווי דיין רבי, אבער אז דיין רבי וועט אופהערן צולערנען און פיסטעווען
די צייט אין נישט אריין קיקן אין קיין ספר פאר די נעקסטע 50 יאר וועט
ער קיינמאל נישט זיין אזא גרויסער עם הארץ ווי מיין רבי...
נו, זאג דו אליינס, ווער איז גרעסער? האט דער צווייטער געטרייאומפט...