היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דורכגעפאלן טריק פון וועלץ צו פאורקלאושען א בנין המוסדות

דורכגעפאלן טריק פון וועלץ צו פאורקלאושען א בנין המוסדות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2341630

דוד46 » 7/1/2008 01:39

אין א פרישע דעוועלאפמענט וואס האט נישט קיין שייכות צום ארגינעלן קעיס איבער די בארא פארקער מוסדות, האט דעם פאריגן פרייטיג האט ריכטער ריווערע פון ברוקלין סופרים קאורט באפוילן פאריגן פרייטיג פאר ביידע צדדים אריינצוגעבן באווייזן ווער עס איזדער ריכטיגער באורד אין יו-טי-עי אוו בארא פארק.

דוד46 » 7/1/2008 01:40

עס האנדעלט זיך מיט א בנין אין וויליאמסבורג וואס באלאנגט פאר די מסודות אין בארא פארק און עס ווערט באנוצט דורך די אהרונישע ישיבה באר התורה און אלס אן אהרונישע ביהמ"ד דברי יואל. עס געפינט זיך אויף העריסאן עוועניו. עס זאל הייסן אז וועלץ האט גענומען א פרייוועט מארגעדזש פון יאקאבאוויטש פאר 900 טויזענט דאלאר און פארמשכונט דאס הויז אין וומס"ב. וועלץ האט געלאזט הענגען די הלוואה האט יאקאבאוויטש אים גערופן אין קאורט און פארלאנגט אז מען זאל דאס פארקלאוזשן. ווען די הנהלה פון די מוסדות זענען געוואויר געווארן, האבן זיי זיך פארבינדן מיט וועלץ און פרובירט אויסצוארבעטן א הסכם, אבער וועלץ האט עס צורקיגעוויזן. דערפאר האט אים די הנהלה געמאלדן אז די לאיערס וועלן אראפקומען פרייטיג אין קאורט און נעמען א שטעלונג דערוועגן. וכל הוה. די לאיער האבן פארלאנגט אז זיי דארפן זיין א חלק פונמעם הסכם, וויבאלד זיי פארטרעטן די לעגאלע באורד וועמען וועלץ האט אומלעגאל באזייטיגט. אבער וויבאלד וועלץ'ס לאיער האבן נישט מסכים געווען אז די לאיערס פון די הנהלה זאל אויך אונטערשרייבן, האט דער ריכטער באשלאסן דורכצופירן א הירינג ווער עס איז דער ריכטיגער באורד. ריכטער ריווערא האט געהייסן פאר ביידע צדדים צו זיין צורקי אין קאורט פעברוער 26 און זיין גרייט אנצוהייבן די טרייל פעסטצושטעלן ווער עס איז די לעגאלע באורד. יעצט דארפן ביידע צדדים אריינגעבן זייערע באווייזן.

דוד46 » 7/1/2008 02:13

יעצט לאמיר הערן אהרונים: קען אהרן וועלץ נעמען א מארגעדזש אויף "זיינע" בנינים אין בארא פארק?

געזינט » 7/1/2008 02:20

דאס איז א תריץ פאר די געלאנגענע אסיפה און סיגט בהמ"ד

יא יא דוד טענה בחטים והדו בשעורים

_________________

דוד46 » 7/1/2008 02:26

די קאורט איז געווען פרייטיג, און דיין רבי האט שנעל פאררופן אן אסיפה היינט אלס תירוץ פאר דעם...