היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד"ה: הגר"ש בירנבוים זצוק"ל - ר"י מיר

בד"ה: הגר"ש בירנבוים זצוק"ל - ר"י מיר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2341592

קושקע » 6/1/2008 23:17

ס'יעצט געקומען די בשורה לא טובה, אז נשבה ארון אלוקים, הגאון הגדול ר' שמואל בירנבוים איז נסתלק געווארן, ר"י מיר בארה"ב, די לוי' איז היינט נאכט 9:30

לעבעדיגער » 6/1/2008 23:25

ברוך דיין האמת,

פאר די סאטמאר'ע וואס קענען אום נישט וועלן אפשר געדענקן, אדער קענען נאכקוקען אויף די בילדער, ער האט זיך משתתף געווען פארגאגענע יאר כ"א כסליו ביים גרויסן מעמד יובל השישים און מעמד המשכת המוסדות, אין ריווער פלאזא,

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

_________________

דוד46 » 7/1/2008 00:18

די אהרונים האבן אים פשוט מבזה געווען, זיי האבן אים צוגעזאגט צו קענען זאגן א שיעור אבער למעשה אים נישט געגעבן גארנישט און איז געווען שרעקליך אנטוישט אויף די בלאפעריי.

דער גרויסער גאון פלעגט נישט גיין צו קיין שום כינוס סיידן מען האט אים מכבד געווען צו זאגן א שיעור. ער פלעגט זאגן אז עס איז ביטול תורה, און האט נישט געהאלטן ביים פארברענגען צייט. דערפאר פלעגט ער נישט גיין צום קיין מסיבה אדער כינוס נאר צו זיצן.

סעדער » 7/1/2008 00:33

וויפיל אזייגער וועט דער רבי מספיד זיין?
מען הסתם גלייך נאך די מסיבה. וכבוד גדול עשו לו במותו.

רבי_יונה » 7/1/2008 20:52

די לוי' איז פארגעקומען היינט צופרי אין פלעטבוש.