היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מרן רבינו פאריפט א אסיפה איבער שחיטה

מרן רבינו פאריפט א אסיפה איבער שחיטה

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2341222
בלאט: 1 2

ארגינעלער » 6/1/2008 05:32

זנטאג בא גייט פארקומען ומירצה השם ביי מרן רבינו הקדוש שליט"א
א אסיפה איבער די לעצטדיגע שאלות בנוגע בהמות
1) ארגוועי פלייש
2) א נידל וואס מען געט די בהמות נאכן שחט'ען
3) א ניי מאשין וואס שפריציט הייס וואסער אויף די בהמות פארן זאלצען

ביי די אסיפה וועלן זיין אלע שוחטים ובודקים משיגחים וראשי המשגיחים
ובראשם הגאון הצדיק הרב ווייסמאנדל שליט"א פין רובשקאין
אין הגאון הצדיק נירבאטור שליט"א פין מיל מארט

די אסיפה וועט פארקומען אין וויליאמסבורג

SIM89 » 6/1/2008 10:17

דאס קומט נאך א שטרומדיגע אסיפה בעניינים הנ"ל, וואס איז פארגעקומען יענע וואך, במושב בית דין דירושלים עיה"ק, בהשתתפות אלע דייני הבד"ץ שליט"א.

קהל_יטב_לב » 6/1/2008 16:38

שקר דאס ווערט נאר געטוען אין USA די שאלה פון די ניי מאשין וואס שפריציט הייס וואסער איז בכלל נישט נוגע פאר א"י

SIM89 » 6/1/2008 16:42

ס'איז נישט שקר, ס'איז געווען פאריגע וואך אן אסיפה אין בית דין עדה החרדית בירושלם עיה"ק, בנוגע די שאלות.
למען תדע, אין אר"י לעצטנס ס'קומט נישט פאר כמעט די שחיטות פון בהמות. אלס קומט פון אורוגוואי

געגאנגען » 6/1/2008 17:10

ס'איז נישט הייס וואסער, ס'איז קאלט וואסער מיט כעמיקאלן. א נייע איינפירונג וואס העלפט פאר אסאך זאכן אבער ס'ברענגט א מעגליכער חשש אויב ס'נעמט אראפ סירכות פון די ריאה וואס מ'קען נאכדעם נישט בודק זיין.

לויט ווי ס'ווערט פארגעזען וועט עס ביז געציילטע יארן, מעגליך מאנאטן, פארלאנגט ווערן דורך די רעגירונג געזעצליך צו טון ביי יעדע בהמה, דערפאר דארף מען שוין קלארשטעלן די הלכה דערפון.

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it

זשוליאני08 » 6/1/2008 17:31

נישט קיין הייס און נישט קיין קאלט וואסער
ס'איז א כעמיקאל וואס ברענגט אראפ די טעמפראטור, און דער פראבלעם איז אז
ס'וועט דם שנפרד, וואס מאכט א פראבלעם פאר די מליחה.

_________________

זשוליאני08 » 6/1/2008 17:32

אויך מאכט עס א פרבלעם פאר די שוחטים וועלכע שפירן נישט קיין סירכא, וויבאלד ס'ווערט אזוי קאלט.

_________________

יענקעלע11 » 6/1/2008 19:18

האט מען איינגעלאדענט דעם גרז"ל פון וויליאמסבורג? און וואס איז מיטן בעל מליחה ואילך שליט"א, האט מען עהם איינגעלאדענט? און די איבעריגע חברי הפורים בית דין, וואס טיט זיך מיט זיי?, און וואס איז מיט רעב איטצא פין סאכדעס, האט מען עם געלאדענט?. 

_________________

חיים_נחום » 6/1/2008 21:37

איך הער אז עס זענען פארזאמלט ביים רבי'ן אין שטוב אויף היוז סט. גדולי הרבנים.

א חבר האט מיר געזאגט ער האט געזען אדמו"ר מוויען אין אדמו"ר מגאלאנטא אריינגיין, קען איינער קאנפערמען?

ביבער » 6/1/2008 21:42

איך וועל דא אראפ ברענגען א טיילווייזע רשימה פין
רבנים הגאונים וואס געפינען יעצט ביי די אסיפה אין סיגעטער ביהמ"ד
הרב הגאון המפרוסם דומ"ץ קרית יואל
גאב"ד וויען
אדמו"ר מגאלאנטא
טאשער דיין הרב הגאון ר' בינימין לאנדא
פאפא דיין ר' משה מנחם ווייס
אדמו"ר מקאסוב
ר' הלל וויינבערגער
הרב הגאון נירבאטור מיל מארט
הרב הגאון ווייסמאנדל רובשאקין
גאב"ד סאטמאר וויליאמסבורג
גאב"ד סאטמאר מאנסי
דומ" ץ סאטמאר בארא פארק
ר' לייביש ט"ב דומ"ץ התא"ר
בעלזער דיין ר' שלמה גראס
ר' נפתלי מאיר באב"ד
סקווירא דיין ר' מעכיל שטיינמעץ
הרב בראדי
נייטרא דיין ר' בן ציון שטראססער
ר' יחיאל באב"ד טארטיקוב
ר' אפרים שמעון לייכטאג
ר' אהרן גרינוואלד דיין פאפא
ר' משולם פאלטשעק
ר' חיים לייב כ"ץ

לעבעדיגער » 6/1/2008 21:46

דער אסיפה קומט יעצט פאר אין ביהמ"ד עצי חיים דסיגוט, אינטערן דירה פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א,

עס זענען זיך דארט צוזאמגעקימען באלד דרייסיג רבנים, א איד זאגט מיר אז ער האט געזעהן אריינגיין דארט הרה"ג משולם פאלאטשעק, און הרה"ג חיים לייב כ"ץ שליט"א,

ווי איך הער איז דער עיקר שאלה איבער מליחה,


ביבער » 6/1/2008 21:48

אויסער דע רבנים געפינען זיך
אלע שוחטים ובדוקים ומשגיחים
אויסער זיי ווערט קיינער נישט אריין געלאזט
אפילו די גבאים

monroe06 » 6/1/2008 22:37

Any update? Which rebbe, ruv or dayen wanted to be there and was not called?

ארגינעלער » 6/1/2008 22:40

פריער איז אנגעקומען הגאון הגדול ראב"ד התאחדות הרבנים, אבד"ק פריימאן שליט"א

13Hooper » 6/1/2008 22:43

וואס גייט פאר מיט הרב ביק אבד מעזבוז ער בלאזט נאך אלץ ?

ארגינעלער » 6/1/2008 22:49

איך הער אז ער איז אויף וואקאציע

לעבעדיגער » 6/1/2008 23:00




תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 06/01/2008 23:07:25

ביבער » 6/1/2008 23:42

אויך האט זיך באטיילגעט
הרה"ג ר' מנחם פישער דומ"ץ וויען מאנסי

ארגינעלער » 7/1/2008 00:02

איך הער אז די רבנים זענען געווען נוטה לאיסור
איבער די מאשין וואס שפריצט הייסע וואסער

ווער סהאט מער אינפערמעשן זאל מעלדן

ארגינעלער » 7/1/2008 00:04

די אסיפה האט זיך איצט געשלאסן.
די רבנים האבן געשטימט, אז ס'איז אסור זיך צו באנוצן מיט די נייע מאשין וואס שיסט אריין כעמיקאלן וואס מאכט קאלט דאס בלוט.

און אזוי ווי דארט זענען געזעסן די בעלי מכשירים פון די גרעסטע פלענטס פאר בהמה גסות

1) הרה"ג ר' אהרן טייטלבוים אב"ד נירבאטור, ועמו המשגיחים ומנקרים פון עללי פראסעסינג.
2) הרה"ג ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל, דומ"ץ נייטרא, פון רובאשין

האפט מען אז דעם גרויסן מכשול האט מען בס"ד געלעזט.

ארגינעלער » 7/1/2008 00:08

   יענקעלע גליק איז אזוי פיל מאל ארום געפארן
די בלאק פין סיגעט
ביז ער האט געכאפעט א פלעט אינעם רעדעל
ונשמע ונתבשר

זשוליאני08 » 7/1/2008 00:24

בריוו פון ראב"ד העדה החרדית, צום רבי'ן שליט"א

א בריוו פון הגאון הגדול ר' משה שטערנבוך צום רבי'ן שליט"א
איבער דעם פראבלעם פון אוריגווי פלייש.

אינטרעסאנט, ער שרייבט גארנישט צו וועלכן סאטמארער רבי'ן דער בריוו איז אויסגעשטעלט...
אפשר קענט איר ענטפערן די פראגע

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 7/1/2008 00:25

 

היינט זאגט מיר איינער וועלכער טוט אין הכשרים אז שוין איבער 20 יאר נישט פארגעקומען קיין זיצונג פון "אלע בעלי מכשירים" זאלן זיך צונויפזעצן אונטער איין דאך ווי היינט, א' בא תשס"ח. און אלעס ביי דעם "מנהיג יחידי" וואס האט פאררופן די אסיפה, בלויז 3 בלאק אוועק פון סאכדעס.

דא זענען געקומען די קערפערשאפטן פון
1) רבני התאחדות הרבנים (ר' הילל וויינבערגער, אדמו"ר גאלאנטא)
2) הכשר בד"צ טארטיקוב.
3) ר' יחיאל באב"ד אב"ד טארטיקוב
4) הרב מנירבאטור (ר' אהרן טייטלבוים, ובעלי מנקרים)
5) דומ"ץ נייטרא, הרב ווייסמאנדעל
6) הרה"ג דומ"ץ קרית יואל,  (בית השחיטה)

אויסערדעם זענען געווען פארטרעטן די  מערהייט פון די קהלות קדושות אין ניו יארק סטעיט.

סאטמאר
פאפא
בעלזא
סקווירא
וויען
טאהש
נייטרא
וויזניץ

(געפעלט האבן נאר די אויסגעשפיגענע הולכי בערכאות, ומסרבים לדין).


דוד46 » 7/1/2008 00:29

פארוואס האט ער אויסגעקרויזט קלויזנבורג, ליובאוויטש, לעיקוואוד א.א.וו.?...

חיים_נחום » 7/1/2008 00:33

דוד, דעטס די בעסט יו גאט..?

רבי_יונה » 7/1/2008 00:36

איך הער אז רז"ל האט אריינגעריקט צוויי הייסע פאסטראמי וואורשטלעך בשעת די אסיפה איז אנגעגאנגען
אנגעבליך האט ער געזאגט פאר ר' ליפא קרויס...

יעצט האב איך א געזונטע נקמה אין מיין ברידער אהר'ן !

_________________

זשוליאני08 » 7/1/2008 00:40

דארט זענען געווען דריי פרעמדע פראפעסארן
צוויי ערלים און איין מאדערנער.

וועלכע האבן עדות געזאגט פאר די רבנים (אויף ענגליש) פונקטליך וויאזוי די מאשין ארבעט, און וועלכע אפעקט עס האט אויף די בהמה.

הרב ברודא, מיט הרב פישער און הרב בנימין לאנדא האבן געשטעלט די פראפעסרן אויף א שווערן קרייץ פארהער.

_________________

זשוליאני08 » 7/1/2008 00:45

יעדער איינציגער רב האט געקענט רעדן פריי. קיינער האט נישט אריינגעהאקט.
יעדער איינציגער רב האט געהאט די מעגליכקייט צו וואס ער האט געוואלט, אן קיין פרעשור, וואס ער זאל זאגן.

_________________

זשוליאני08 » 7/1/2008 00:52

די בודקים וועלכע זענען דארט געווען:
הרב זלמן לייב פילאפף (מיעל מארט)
הרב בלום (מיעל מארט)
הרב קליין
און הויפט מנקר הרב יעקב יצחק יאקאבאוויטש
די בודקים האבן מען זייער פעסט אויסגעפרעגט, וואס זיי שפירן, און וואס דאס מאכט אויס.

און 2 שוחטים האבן אויך עדות געזאגט פאר די רבנים.
הרב נירבאטור האט געהאלטן א לאנגע דרשה, און האט אויך נישט מתיר געווען.

_________________

געזינט » 7/1/2008 00:54

זשוליאני08  
ביטעלייגארויףדיבריופוןר'משהשטערנבוך  אזדידעינעטבאניצערסזאלעןאויךקענעןזען


תוקן על ידי געזינט ב- 07/01/2008 0:55:10

געזינט » 7/1/2008 00:57

זשוליאני08 
ביטע לייג ארויף די בריו פון ר'משה שטערנבוך  אז די דעי נעט באניצערס זאלען אויך קענען זען


תוקןעלידיגעזינטב-07/01/20080:55:10

 

 

געזינט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

SIM89 » 7/1/2008 00:58

קהל יטב לב. דו מיזט דיך אנטשולדיגן פאר מיר, האסט מיר געמאכט וואו א שקרן, אז איך האב געזאגט אז די אסיפה קומט אלס המשך פון די אסיפה פאריגע וואך אין בית דין אין ירושלם עיה"ק. האסט יעצט די בריוו פון דער ראב"ד קלאר אפען.

רבי_יונה » 7/1/2008 01:50

סים
די אסיפה היינט האט נישט דן געווען איבער די אוריגוויי שחיטה.
ס'איז געווען איבער א  פרישן פראבלעם, פון דם שפירוש וואס העלפט נישט קיין מליחה.

גוטזאגער » 7/1/2008 01:57

אסיפת הרבנים, )שוחטים ובודקים(

בבית כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

א' בא תשס"ח

 

השתתפו:

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
ועמו הרבנים הגאונים שליט"א (עפ"י סדר א"ב)

הרב הגאון ר' אברהם צבי וואזנער, אב"ד סאטמאר מאנסי

הרב הגאון ר' אהרן גרינוואלד, דומ"ץ פאפא

הרב הגאון ר' אהרן טייטלבוים, אב"ד נירבאטור

הרב הגאון ר' אליקים געציל בערקאוויטש, דומ"ץ קרית יואל

הרב הגאון ר' אפרים שמעון לייכטאג, דומ"ץ סאטמאר ב"פ

הרב הגאון ר' אשר אנשיל כ"ץ, אב"ד ור"מ וויען

הרב הגאון ר' בן ציון שטראססער, רב דומ"ץ  נייטרא ב"פ

הרב הגאון ר' בנימין לאנדא, דומ"ץ טאהש

הרב הגאון ר' הלל וויינבערגער, דומ"ץ נייטרא, מט. קיסקא

הרב הגאון ר' חיים לייב כ"ץ, אב"ד סערדעהעלי

הרב הגאון ר' יחיאל באב"ד, אב"ד טארטיקוב

הרב הגאון ר' יחיאל מיכל שטיינמעץ, דומ"ץ סקווירא

הרב הגאון ר' יצחק אייזיק מנחם אייכנשטיין, אדמו"ר מגאלאנטא

הרב הגאון ר' ישראל צבי בראדא, אב"ד  שערי אורה

הרב הגאון ר' לייביש ט"ב, דומ"ץ התא"ר

הרב הגאון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל, נייטרא מאנסי

הרב הגאון ר' מנחם פישר, דומ"ץ ווינא,  מאנסי

הרב הגאון ר' מענדל זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן

הרב הגאון ר' מענדל טייטלבוים, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג

הרב הגאון ר' משה מנחם ווייס, דומ"ץ פאפא

הרב הגאון ר' משה פרידמאן, דומ" ץ סאטמאר בארא פארק

הרב הגאון ר' משולם פאלטשעק, אב"ד מגד יהודה

הרב הגאון ר' נפתלי מאיר באב"ד, טארטיקאוו

הרב הגאון ר' שלמה גראס,  דומ"ץ בעלזא

הרב הגאון ר' שמואל טייטלבוים, דומ"ץ טארטיקוב

הרב הגאון ר' שרגא האגער, אדמו"ר מקאסוב

 

 

SIM89 » 7/1/2008 01:58

דם שפירש העלפט נישט קיין מליחה, נו וואס איז די פראבלעם? ווער ווייסט נישט דערפון?

_________________

ביבער » 7/1/2008 02:01

קרישקליעך

ווען גאב"ד סאטמאר מאנסי איז אריינגעקומען צי די אסיפה
האט א גרויסע טייל רבנים אים געגבען מזל טוב

נאך די אסיפה איז צי געגאנגען צים רבי'ן
ר' בינימין לאנדא
הרב שטראססער
ר' משה מנחם ווייס
אז דער רבי זאל מער אפטער מאכן אסיפות הרבנים
ווי יעדער רב קען זאגן א מיינוג אין מען קומט נישט אן צי א פערטיגע קול קורא

יעצט אביסל ליצנות סאיז דאך ניטול
בשעת דער רבי איז געזעצן מיט די רבנים
איז הגז"ל געזצען מיט
לאנדאס רעסטארנאט
פרעס טראק
גוסטא
חצקאלס
מקפליישיקס

צי די אויל וואס מען ניצט אויף פרענטש ריי מאכט סזאל צי שנעל צי ברענען
הגז"ל האט געטענהעט אז סאיז פערפעקט
לאנדא האט פאר געשלאגן מער דייטעריק
גוסטא האט מסכים געווען צי הגז"ל (ער איז דאך זיין חסיד )
פרעס טראק זאגט ער פרעגט מער נישט קיין רבנים
און חצקאלס אין מקפליישיקעס זאגן אז דער הגז"ל זאל זיך
זעצן לערנען (זיי קענען אים נאך נישט )
עת לעשות ה' הפרו תורתיך

דוד46 » 7/1/2008 02:08

כ'הער אז נאך די אסיפה האט מען אריינגעברענגט א פרישן קאלד–קאט פאר'ן רבי'ן נאך אזא שווערן טאג פון דן זיין איבער די בהמות...

לעבעדיגער » 7/1/2008 02:10

איך ווייס נישט אויב דער לשכת התאחדות הרבנים האט שוין געהאט אזויפיל מיטונגען מיט אזויפיל רבנים וויפיל דער פשוט'ער סיגוט'ע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג האט שוין געהאט....

ווי זאגט יעקב שמשון? איך האב דעך דאך געווארנט!....

_________________

דוד46 » 7/1/2008 02:15

אמת! די לשכת התאחדות הרבנים האט טאקע נישט געהאט אזויפיל מיטינגען מיט אזויפיל רבנים.

זיי האבן געהאט פיל מער און פיל גרעסערע!

ביבער » 7/1/2008 02:18

דוד מיין טאטע איז סאך שטערקער פין דיין טאטע

דוד46 » 7/1/2008 02:29

א פרייליכן פורים.... (אנטשולדיגט: ניטל...)

ביבער » 7/1/2008 02:40

ביי ענק איז ניטל א גאנץ יאר
פאר דעם איז עס איינגערינגעלט

פלעכטעל » 7/1/2008 03:36

דער שוחט ראעזנטאל (שמיאלאס טאטע)
האט יעצט אויף דערנאכט געבראדקעסט אין ראדני
אז ביי הגז"ל גייט מען אויך מאכן אן אסיפה
קיין דעטאלן איבער וואס אין ווען האט ער נישט

גאסט » 7/1/2008 03:52

באקומען אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com פאר די JNET באנוצער

[בילד – נישט אפגעהיט]

פלעכטעל » 7/1/2008 06:52

דער ר' יצחק שטיין פין בארא פארק קען נישט אראפ שלינגען
דעם פאקט אז ער האט נעכעטן אנגעקאלט אז ער וויל אריבער
קומען צי די אסיפה אין מען האט אים געוויזן דעם רוקן

זיצט ער שוין היינט א גאנצן טאג אינעם טשערנאילער בעיסמענט
אין מאכט פאן קאלס צי רבנים כאילו דער רבי וויל באגראבן
מיל מארט מיט רובשקאין אוועק נעמען די גאנצע ביזנעס פין זיי
אין ער גאר מיינט זיי צי ראטעווען ער איז דער גוטער

נאכמאל איבער חזר'ן
דער רבי וויל באגארבן אין יצחק שטיין איז דער גוטער

ר' יצחק טייערע לא זו הדרך אויב די ווילסט יא אויפטוען אין "ראטעווען"
זעצט דיך לערנען איינמאל פאר אלמאל
מאך אויך אסיפות אין דעמאלס אז די וועסט עס
מיינען לשם שמים וועסטו אנקומען

פלעכטעל » 7/1/2008 07:12

ישר כח SIM89

לכבוד ידידנו לוחם מלחמות ה' ה"ה כ"ק האדמור מסטמר שליטא

אחדשה"ט וש"ת כראוי להדר"ג ובידידות נאמנה,

באסיפה של הבד"ץ כאן בענין הכשר הבשר מארגנטינא ואורגויי שמייצאים לארץ ישראל ואמריקא למהדרין, כגלאט כשר, מתברר שיש שאלה חמורה של ניקב הכרס שבמשהו (= כלומר ששיעורו במשהו), שדוקרים בין הצלעות לתוך הכרס במחט דק מאד, ומצוי לקותא עם ריעותא שניכר בבהמות אלו רק בהסתכלות היטב, ומוכרים כגלאט לבשר ו"סלאמי" לחרדים באמריקא.

ואין דעתי ליכנס כאן בדברי הלכה, רק הבית דין כאן עסקו בשאלה זאת בעירנו, ושלחנו שמה הדיין המופלא רבי מנחם מענדיל יורביץ שליט"א, ובדק בעיון היטב המציאות והלכה, וגם דיבר עם המומחין שמה, ומתברר שאסור בריעותא כטריפה ולא מועיל הבדיקה, אפילו אצלינו שלאחר בדיקה פוסלים ארבעים אחוז, וכ"ש בשחיטה לאמריקא שעם בדיקה בפנים מצאו להטריף רק ארבעה אחוז שאינו ראוי להתקבל אצל חרדי עם ה', ולדעתינו לא מועיל בדיה בריעותא, שאין אנו בקיאין, וגם עלול להבריא, ועלינו להפסיק מיד שחיטת בהמות שמה (בינתיים הכשרנו עגלים) ועובדא היא שהביא לכאן הרבה כריסים לעיין ולבדוק, ונראה כשר אפילו בפנים בלי ריעותא, וכשבדקנו היטב היטב מצאו בם ריעותא בלאכסון סביב.

וראיתי דברי המתירין ונימוקם, וח"ו להתיר וכ"ש כגלאט, ויש כאן אונאה ללקוחות, וכ"ש לע"ד קרוב הדבר שזהו טריפה ממש, ובזמן האחרון מצאנו לעתים יותר מחמשים אחוז טריפה מכח הנקב.

וכת"רה שפעל הרבה בענין כשרות, לא יתן עדת ה' ליכשל בחשש טריפות ח"ו

ואני מצפה בכליון לרחמי שמים מרובים, ולשמוע ממנו בשורות טובות

 משה שטרנבוך

רבי_יונה » 7/1/2008 08:18

עס איז געווען זייער זייער זייער אן איינדרוקספולע מסיבה ביים רבי'ן, נישט קעגן קיינעם, נישט קעגן קיין איין פירמע, נאר מברר צו זיין בכובד ראש א פארהעלטניסמעסיג נייע טעכנאלאגיע וואס רופט זיך "רינס ענד טשיל"
 
RINSE and CHILL

(שווענקען און אפקילן)

דאס שאפט פראבלעם ביי בדיקת פנים (בודק זיין די לונגען אינעווייניג אין די בהמה) און אויך ביי בדיקת חוץ (ווען די לונגען איז שוין ארויסגענומען פון די בהמה)

טייל רבנים האבן געהאלטן אז עס מאכט אויך פראבלעמען פאר מליחה, נישט אלע האבן אזוי געהאלטן, אבער איבער די בדיקה האט יעדער איינגעשטימט אז עס שאפט ערנסטע פראבלעמען

ביים הויפט פלאץ פון מיעל מארט, אין שיקאגא, איז די טעכנאלאגיע נאך בכלל נישט איינגעפירט געווארן (.ד.מ. אז די סאטמארער פליישן האבן בכלל נישט די שאלה), אבער ביי אנדערע ערטער וואו מיעל מארט שעכט, לאס אנדזשעלעס, דענווער, טעקסעס און נאך האבן די שלאכט הייזער שוין יא אנגעהויבן נוצן די טעכנאלאגיע (פארשטייט זיך פאר זייערע בהמות, די טריפה'נע), און די שאלה איז אויפגעקומען אויב דאס טויג פאר די כשרע בהמות, נאכדעם וואס די היימישע שוחטים האבן דאס אויספרובירט און זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען

אין רובאשקין אין אייאווע (דארט וואו עס איז פאריגע וואך פארגעקומען די קאקוסעס) איז עס נאך אויך בכלל נישט איינגעפירט

אלע רבנים זענען געווען איינשטימיג אז עס טויג נישט, און כפי השמועה, איז די זאך שוין מסודר, עס גייט נישט זיין אין קיין איין פלענט פון היימישע שחיטות

_________________

רבי_יונה » 7/1/2008 08:23

די רינס ענד טשיל איז נישט קיין שום רעגולאציע, עס איז נישט קיין געזעץ, סתם א פארשענערונג אינעם פלייש פון די בהמה וואס די פלייש פירמעס זוכן

ווער עס וויל פארשטיין וואס דאס איז, קען מאכן א סוירטש אין גוגל אויף rinse and chill

אדער זען דעם לינק

http://www.mpscinc.com/home.html

_________________

גוטזאגער » 8/1/2008 01:53

היינט רעד איך צו א הייסן זאלי, און יענער שעלט איז די גאנצע אסיפה איז נישט מער ווי א דזשאוק, אדער א טריק פון רבי'ן שליט"א (אהרן)...

ער מיינט אז אזוי וועט ער האבן די רבנים... און נאך אזעלכע קללות נמצרות.

פרעג איך יענעם:
לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, ס'איז א טריק
לאמיר זאגן אז וואס די זאגסט אז אלע רבנים האבן אים פיינט שנאת מות.

אבער גיב מיר צו פארשטיין איין קשיא:  נאר איין ביטע.

פארוואס שפילט הרב ווייסמאנדעל, הרב מנירבאטור, ר' הלל וויינבערגער, גאלאנטער רב, ר' מיכל שטיינמעץ, טאהשער דיין, ווינער רב, בעלזער' דיין, וויזניצער דיין, און נאך און נאך און נאך ערנסטע אומפארטייאישע רבנים - פארוואס שפילן זיי מיט דעם נערישן, עקלדיגן, שמוציגן טריק פון סאטמארער רבי'ן?

געוואלד פארוואס?

ווייסן זיי דען נישט אז ער האט גערופן זיין טאטען אין קאורט?
ווייסן זיי דען נישט אז דער איד רייסט אים אראפ יעדע וואך, אלס א שייגעץ און עוכר ישראל?
ווייסן זיי דען נישט אז ער האט אריינגעשלעפט סאטמאר אין ערכאות?
ווייסן זיי דען נישט פון די צוואה פון בירך משה אז ער איז א סורר ומורה?
ווייסן זיי דען נישט אז וויליאמסבורג" זיין ברידער'ס טעריטאריע?
ווייסן זיי דען נישט אז די גאנצע אסיפה איז נאר צו שטעכן זיין ברידער?

פארוואס זענען זיי אראפגעקומען ווי שעפסן קיין סיגעטער ביהמ"ד, ווען די התאחדות הרבנים איז בלויז א שפאן אוועק?

איבריג צי זאגן אז איך ווארט נאך אלץ אויף א תירוץ.

דוד46 » 8/1/2008 01:58

גוטזאגער

עס איז געווען אזא געלונגענע אסיפה, טא וואס רעדסטו נאך פון די פארביטערטע זאלונים?...
בלאט: 1 2