היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בשעה טובה איבער מכה פון מוסרים ביי חרדישע קרייזן

בשעה טובה איבער מכה פון מוסרים ביי חרדישע קרייזן

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2340667

יכול » 4/1/2008 18:26

אין א לענגערען ארטיקל איבער מוסרים ביי די היימישע קרייזען ברענגט ער די שלעזינגער פרשה (אן קיין נעמען) און ער רעדט זיך זייער אפ וואסערע כבוד דער מסור באקומט בי די אהרונים.

ליינט דא דעם גאנצען ארטיקל.
http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=34939



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/01/2008 8:41:53

זשוליאני08 » 4/1/2008 20:38

און לעזער קעסטענבוים האט נאך איינגעגעבן שרעקליכע מסירות קעגן ר' נפתלי
און דאך איז ער פון די יושבי ראשונה במלכות הזלה

_________________

יכול » 6/1/2008 16:54

חשובער מנהל,

צייטונגען שרייבען יעדע וואך פארשידענע ארטיקלען איבער פארשידענע ענינים, נישט אלעס מאכט די נייעס אויף הייד פארק, אבער די ארטיקל אין בשעה טובה איז אנדערש טאקע וועגן דעם ווייל עס באשמיצט האדמו"ר מסאטמאר, און דאס איז טאקע די הויפט נייעס פונעם ארטיקל, איך מיין אז די קעפל איז געווען א ריכטיגע.

_________________

געגאנגען » 6/1/2008 18:50

אנטשולדיגט הרב יכול, דוכט זיך דו האסט געהאט א טעות, זיי מיינען ר' מאטעלע וויזשניצער מיט זיין חסיד הרב נ'...

אין סאטמאר איז נישטא קיינער "מבכירי החסידות" וואס איז "ממשיך לשבת בראש הטיש" וועלכער זאל שטימען אין די קאטעגאריע וואס דער שעה טובה שטעלט פאר.

בשמחה_תמיד » 6/1/2008 21:44

יכול, איך האב איבערגעקוקט די נייעס און נישט געזען קיין ווארט דארט דערמאנט איבער די אהרונים.

לעומת זה האב איך געזען אז די לינק אדרעסירט זייער א קריטישע אישו איבער מסירה ביים היימישן ציבור, וואס דאס האסטו נישט ארויסגעברענגט.

_________________

יכול » 6/1/2008 22:01

געגאנגען און בשמחה תמיד,

מען דארף זיין נאיוו צו ליינען דעם ארטיקל ווי זיי שרייבען איבער א פעטער און א נעפיו אז די נעפיו האט געמסר'ט דעם פעטער אז ער האט אינטערגעצינדען א פעקטארי און נישט וויסען אז ער רעדט פון די מעשה. אחוץ אז די ווייסט עפעס א אנדערע מעשה וואס איך האב נישט געהערט.

אבער ביסט גערעכט אז עס וואלט מער געדארפט אדרעסירט ווערן די הויפט אישו פונעם ארטיקל.

_________________

נסיעהסז » 6/1/2008 23:51