משפט שלום דיין, נעמט מיאוס נקמה אין יצחק ראזענבערג
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2340234
איך הער אז איינער פון די קאורפטירטע משפט שלום דיינים, וועמען ר' יצחק ראזענבערג האט זייער אראפגעריסן אלס מקבלי שוחד האט נעכטן נאכט (ד' וארא) שטארק נקמה גענומען פאר דעם.
לויט מיין אינפארמאציע האט ער זיין נקמה ארויסגעגעבן אין א בריוועלע.
ווער ס'האט פרטים ביטע מעלדן
_________________
אויף דעם שלום מאיר לאנדא זעט נעבעך בחוש ווי סאיז מקוים געווארען
די משנה אין אבות אבער מיט באק ציין
כל המחלל שם שמים בסתר נפרעין ממנו בגלוי
קאמנעטארן זענען איבעריג פין וואספארא בגלוי מען רעדט דא
גוטזאגער, אז די ווייסט לאז נישט נייגעריג דעם עולם, אדרבא, זאג שוין מיט וואס ער האט נקמה גענימען, וואספארא בריוו, ווי האט ער דאס געשיקט, וואס שרייבט ער דארט, אא"וו,
נו, דער וואס ווייסט פרטים זאל ביטע זאגן,
יישר כח.
באלד וועסטו זען ווי די עמי הארצים שרייען עטץ רעדטס אויף די דיינים
כא כא כא כא
אזוי ווי די דיינים קוקן אויס אלע זייער דיינים משוחד פין קאפ ביז פיס
איך ווייס אז איניער פון זייערע דיינים האט געמאכט א נקמה בריוועלע נעכטן ביינאכט.
ער שרייבט דארט אז ס'איז נישטא קיין שום פקפוק אין די זאל.
טיפיקל משפט שלום און נאך א איידעם פון לייטנער?
איר כאפט שוין וועמען איך מיין.
איך האב נאך נישט די בריוו, ווער עס האט דעם בריוו פונעם לייטנער'ס איידעם (משפט שלום דיין), ביטע ארויפשטעלן
_________________
איינער האט מיר נעכטן דערציילט איבער א בריוו וואס זיי ארבייטן אויף סענדזשארדער רב אז ער זאל צירוק ציען פון דעם וואס ער האט אונז געגבן געלט פאר די זאל, און ארויסקימען מיט א בריוו אז ס'איז אלעס כשר וישר און ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם,
אפשר מיינסטו דאס ?
פאר דעם פארשטינקענעם בריוו האט שאול פערלשטיין געארבעט פון זינטאג ביז נעכטן נאכט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
כיון שהגיד שיב אינו חוזר ויגיד ער האט באצאלט געלט
אויב ער וויל יא צוריק ציען זאל ער גוט אנקוקן דעם פאסט טרעגער
אין זען ווי אזוי מען קוקט אויס ווען מען ציעט צוריק פין פסקים
פאר פאליטשע אינטערעסען
תלמוד חכם שאין בו דעת נבלה טובה הממנוה
דעס אז ער זאל שרייבן אזא בריוו איז בכלל נישט קיין חידוש "נאכן באקומען טערעפי" פון פערלשטיין
די חידוש איז אז פון דא זעהט מ' אז ער האט טאקע באצאלט
פארוואס שרייבט ער בכלל א בריוו ער האט שוין אמאל עפעס געשריבן וועגן סאטמאר???
אלעס שטימט נאר איין טעות...
ווער עס האט געוואלט משחד זיין זענען עס געווען די אהרונים, וועלכע זענען ארויפגעקומען צו אים אין שטוב א שעה פאר די חתונה און געברענגט א טשעק פון אבני חסד אזוי ווי די אהרונישע דיינים לערנען זיך ביי אים.
ערשט דערנאך האבן זיי אנגעהויבן צו רעדן איבער געלט פאר'ן זאל, איבער וואס דער סענדזשארצער רב שליט"א האט זיי קלאר געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום שאלה.
שלום עליכם דוד מיר ווארטן נאך אויף די דאקומענטן
ווען מ'האט געברענגט די אבני חסד טשעק איז שוין געווען 5 טעג נאכן באצאלן פאר קהל די $200
די אבני חסד טשעק קימט אויף די פאסט
און דוד יעצט וועסטו מודה זיין אז אבני חסד געט פאר יעדן נישט קיין חילק ווי מ'בלאנגט,
די סאטמארע דיינים האבן זיך געלערנעט ביי סאטמאר מאנסי רב שליט"א
דאס טשעקל איז געקומען פאר'ן 20'ער...
געטס א קוק ווי שנעל די ניגון טוישט זיך פון הרב הגאון סענזאשער רב שליט"א צו עפעס א דיין לייטנערס איידעם אלעס נאר ווייל ער גייט נישט מיט ענק
די קשיא איז פארוואס ווען דער ירושלימער רב זאל זיין
געזונט איז נישט געגאנגען קיין עוז והדר מסיבה ווייל דער נגיד פאלגט נישט
דעם דין תורה, און דא אין וומסב"ג ווען די רוחני פירער האלטן מיט פון דער
נאענט דעם עיוות ועיני הדין און ברבים שטיצט מען ווייטער דעם פאן וכו' וכו' וגו'
יזכר לך אתמול אשר דברת!
טיפיקעל אהרונים, ווער עס גייט נישט מיט זיי אין שפאן, ווערט גלייך אן אפגעפרעגטע מורה הוראה, און ווער עס נעמט זיך אהן פאר זיי ווערט אויפן מינוט מגדולי פוסקי דורינו! אפילו עס האנדלט זיך מיטן זעלבען מענטש אפאר טאג גערוקט!
פאר דריי טאג צוריק איז רבי עזריאל מאיר געווען "דער רבי עזריאל מאיר שליט"א איז פון די גדולי הפוסקים בדורינו, ער איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, און זיין פסק האט א ווייטן אפקלאנג ביי יעדן ערליכן איד" (כלשונו של mechel19 ) און "ער איז נישט סתם א מחותן א בעה"ב, ער איז שוין פון די גרעסטע דיינים דא אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט אויף די ערנסקייט פון די שאלה און מיט וואספארא ערנסקייט די בעלי הוראה און תורה-אידן נעמען דאס אויף," (כלשונו של לעבעדיגער), און דא פליצלינג איז ער געווארען א שוחד נעמער און א תלמוד חכם שאין בו דעת... אזוי זעהט מען אויס ווען דעת בעה"ב פירט א קהילה.
אז ראזענבערג איז געווארן א דיין זענען שוין אלע דיינים אפגעפרעגט...
טאקע א ווינדער!
וואס עפעס שרייבט דער סענדזשארדזשער רב א בריוו איבער די חתונה זאלן אין א גרינעם מיטוואך ?!
מילא ער האט געגעבן געלט ברויך ער בארואיגן די זאלי'ס, אבער סתם אזוי שרייבן, אויף וואס ארויף?....
דוד, די כאפסט נישט ווי ער מאכט פורים פון ענק ??
אויב האלט ער אזוי פארוואס האט ער עס נישט געקענט זאגן פאר קהל ? פארוואס האט ער געגעבן געלט,
און נאך געהייסן צושרייבן אויפן רעסיט (וואס איך האב געזעהן) די ווערטער"לשכור ברכה סימא" ??!!
פורים מאכט ענקער יצחיק ראזענבערג פון ענק...
אן אהרוני האט מיר געזאגט אז ליידן וועלן נאר די אהרונים, ווייל עס וועט זיי זיין שווער זיך ארויפצודרייען פון די ליצים, אבער פרעמדע אידן פייפן זיך אריין אין דעם,...
לעבעדיגער,
די האסט געזעהן ווי ער האט געהייסען שרייבען? די מאכסט חוזק פון דיר אליינס?
יכול
אודאי האט ער געזען, וועגן דעם שימפט ער דאך אזוי קעגן סענדזשארצער רב שליט"א...
יכול, אז די ווילסט נישט איז נישט,
איך האב געזעהן די רעסיט (נישט ווי ער הייסט, איך נישט דערביי געווען) און עס שטייען די ווערטער וואס איך האב פריער געברענגט, דער אינגערמאן וואס האט פון אום איבערגענימען דאס געלט האט מיר עס געזאגט אז ער האט דאס געבעטן,
האסט איין ברירה, גיי פרעג יענעם אינגערמאן, (אויב די ווייסט ווער דאס איז) קיין גרעסערע פרוף ווי דאס האביך נישט.
מוזט נישט האבן קיין פרוף, ווייל דו ביזט פונקט אזוי באגלייבט ווי יענער...
נאך אלעם האט יצחק ראזענבערג זייער שטארק אראפגעריסן משפט שלום אלס מקבלי שוחד.
איצט איז עזריאל מאיר קאהן פינקט ווי יעדער נארמאלער נוקם ונוטר (נישט דוקא קיין תלמיד חכם).
איך פארשטיי איז קאהן האט נקמה גענומען. אויב מ'זאגט אויף זיין בית דין קארופטירט און מקבלי שוחד, נו אוודאי נעמט ער נקמה. לא תקום איז געזאגט געווארן פאר סתם שוטה'לעך, נישט פאר רע-בנים מיט ברייטע פיבער היטן.
_________________
דוד, איך ווייס נישט צו די האסט באמערקט, איך האב נישט גערעדט צו דיר, מיינע ווערטער זענען געוואנדן צו יכול,
יישר כח, קוק אביסל בעסער אן אנדערס מאל,
יכול שטערט נישט אז איך האב געענטפערט...
און בכלל איז א וואונדער אז חיים לעזער גראס איז געגאנגען צום סענדזשארצער רב שליט"א וועלכער איז דאך לשיטתם א מקבל שוחד, נו פארוואס האט מען זונטיג, מאנטיג , דינסטיג, און מיטוואך פראפאגאנדירט ברבים אז דער רב האט זיי געגעבן געלט?
ווער וועט זיך אראפלערנען פון א מקבל שוחד?...
נאר דער תירוץ איז: א פרייליכן פורים...
נישט קיין חילוק פארוואס ער האט דאס געטוען, דאס ווייזט אבער ווי שטארק עס האט געעגבערט פאר די זאליס דאס אז ער האט אנגענימען די שאלה אלץ אן ערנסטער חשש, און ער האט געצאלט געלט פאר אינזער קהלה,
דאס אז ער גייט אויסשטיין פון יענע חברה צרות צרירות האב איך גלייך פארשטאנען, כ'האב נישט אנדערש געקלערט, קען זיין אז עס וועט יעצט ווערן פאר שאול'ן אביסל גרינגער אויפן הארץ, יעדעס מאל איינער וועט אום אויפברענגען די שאלה פון די זאלן און ער וועט ווערן אנגעקאכט אויף כח וועט ער א כאפ טאן דאס בריוולע און רילעקסן,
נו, האט אום נישט געלוינט די כוחות אריינצולייגן פאר דעם צעטעלע ?
הייסט עס אז עטס ווייסט אויך אז דער בריוו איז נאר געקומען צוליב דרוק, טא פארוואס האבן ענק אנגעהויבן א שמוץ קאמפיין קעגן אים?...
אנטשולדיגט דוד, כ'האב גערעדט צו זשוליאנו08.
איך האלט טאקע זאלסט אים קאלן אויפ'ן טעלעפאן...
דעם בריוו זאל יעדער סאטמארער חסיד מיט נעמען מיט זיך אין טאש
אין ווייזען פאר יעדן איינעם ראה זה וקדש
אזוי באגייען זיך די פיראטן מיט זייערע רבנים
מיט די גרעסטע מאס שאנטאזש אין אינטעריגעס וואס איז
זיך נישט שייך פארצישטעלן בעולם
איך האב נעכטען גערעדעט מיטן סענזארשער רב זין דער וואס דרייעט
זיך אין טשערנאוויטץ נאך פאר דער בריוו איז א ארויס געקומן אויף די גאס
זאגט ער מיר זיין טאטע האט עס קודם איבער געטראגן אבער נישט זיין מאמע
פאני קאלס אן א גוזמא א גאנצע נאכט
אין דא איז געווען דער מכה בפיטש מרדכי יוסף פערל האט אים אנגעקאלט
אז מען אויף א שיינעם אופן ארויס ווארפן זיינע קינדער פין די מוסדות
דא האט זיך זיין טאטע געבראכן
דער בריוו וויזט ווי זיי האלטן אין וואס פאר א פיסכאלאגישען אפעקט
דער גניבה סקאנדל האט מיט זיי געטוען מיר האבן געמאכט
א סאפאר זשאב ביז יעצט אין האפנדליך אויף ווייטער
נישט נאכלאזן
הא הא ארגינעלער שקרן
דערווייל זעט מען ווער עס טעראריזירט
פון זינטיג ביז דאנערשטיג האט מען נישט געגעזן קיין איין תגובה פון א סאטמארער חסיד בגנות פון סענדזשאטרצער רב שליט""א טראצדעם וואס ענק האבן פראפאגאנדירט אז ער האט ענק געגעבן געלט.
אבער אנגעהויבן היינט דאנערשטיג ווען עס איז ארויס דער בריוו אין דער גאס האבן די אהרונים אנגעהויבן א שרעקליכן העץ קאמפיין באגלייט מיט אלע מיני זלזולים קעגן סענדזשארצער רב שליט"א וועלכער האט ענק פשוט און פראסט מבזה געווען.
נישט אומזיסט האט יצחק ראזענבערג נעכטן נאכט געהייסן פארן משכיל ער זאל אפשרייבן א בריןן בשם קהל יטב לב אז מען וועט קיינעמס נאמען נישט ארויסגעבן.
ארגינעל איז געווען א מודעה וואו עס איז געשטאנען א צענדליגער אידן האבן שוין באצאלט בראש פון סענדזשארצער רב שליט"א, אבער אזוי ווי ראזענבערג האט באקומען א ידיעה אז דער סענדזשארצער רב האט ארויסגעגעבן א בריוו אז עס האט נישט קיין יסוד, האט ראזענבערג מורא געהאט אז דאס איז אריין אין דער איד, האט ער שנעל געהייסן טוישן נוסח.
שאול פערלשטיין וואס דאווענט אסאך אין סענדזשאץ, האט געסטראשעט ר' עזריאל מאיר שליט"א, אז זיינע קינדער וואס לערנען אומזינסט אין די מוסדות און צאלן נישט קיין שכר לימוד גייען ארויס פליען.
און די געלט וואס ער באקומט פון די זאלי כולל ווי ער לערנט גייט מען סטאפען.
ווען די סטראשענוגען האט נישט געהאלפען האט מרדכי יוסף פערל אים געקאלט אז ער גייט עס טאן למעשה, האט ער זיך געבראכען.
אזא בריוול איז נישט פון די דריי עבירות וואס מען דארף זיך מוסר נפש זיין.
איך פארשטיי נישט?
1) אויב האלט דער סענדזשארצער רב אז די בנינים זענען געגנבעט, וויאזוי האלט ער בכלל זיינע קינדער אין אזעלכע מוסדות און האט נישט מורא פון כח הפועל בנפעל?
2) און אויב ווארפט מען ארויס זיינע קינדער פון די סאטמארער מוסדות וואלטן דאך די אהרונים אריינגענומען די קינדער אין זייערע מוסדות?
3) דאס זעלבע איז מיטן כולל. צי וואלטן די אהרונים אים נישט געצאלט א שיינעם וועידזש ער זאל קומען צו זייער כולל, ער לערנט דאך סייווי מיט זייערע דיינים?
4) און וואס האט מען געדארפט האבן דערצו ר' מרדכי יוסף פערל, ר' שאול האט דאך געקענט סטראשען אז ערקומט שוין נישט דאווענען אין סענדזשארץ?
דוד גם אויל מחרש חכם יחשב
סגייט קיינעם נישט אן סענזשארשער רבס פריוואטע לעבן
ער קען טוען וואס ער וויל
די קענסט זייער גוט ענקערע פיוערס ווי אזוי
זיי האבל ליצנות געמאכט פין דער דייען
ביי די עירוב ווי אזוי ער האט צוריק געצויגען פין די ראדני עירוב
אין נאכדעם ביי שערי חמלה
וואס דער סך הכל איז ער געווארן צי שאנד אין צי שפאט ביי יעדן
רעכטדענקיגען מענטש וואס האט נאך א של ראש אויף זיך
וואס די נאכווייען שפירט ער נאך עד היום הזה
אזוי קוקט יעצט אויס סענזשארשער רב
,
רבותי טראכט אריין א מינוט ב"ה עס הייבט אהן צי ווערן א הלכה שמועס ביי די רבנים ביז יעצט איז עס געווען א צייטונג מעשה א הייד פארק געשפרעך יעצט ווערט עס א ערנסטע הלכה שמועס יעצט וועט קומען א שואל און אנפרעגן הרב מסענזשארש מיט מראה מקומות און ער וועט ענטפערן אזוי ווייטער און פון א שיינע בלאט וועט ווערן א שיינע הלכה שמועס
וואס מיינט איר פארוואס האט די פורים בי"ד נישט געשריבן א מכתב ווייל זיי האבן געוואלט אז עס זאל בלייבען ליצנות עס זאל זיין א הייד פארק גישפרעך אויס ליצנות
ישר כח הרב מסענזשארש
איינער פין אינזערע דיינים זענען היינט געווען ביים סענזשארשער רב
(איך וועל עס פאר יעדן זאגן דעם נאמען אין תיבת אישי)
אין ער האט אים געפרעגט היתכן ער געט ארויס אזא פסק
ווען סאיז א ספק וועמען סבליינגעט
האט אים סענזשארשער רב געזאגט אין הכי נמי
איך האב ח"ו נישט גענומען קיין שטעלנוג מען מוז זיך שטעלן צי א דין תורה
אבער בידעבד איז מען יוצא אין סימוז נישט זיין אויף דיין קרקע
זייער גוט געזאגט ארגינעלער!
די גאנצע דין תורה ענין האט נישט קיין שייכות מיט יחוד סיי ווי, ווייל לשיטת רוב ראשונים, וכ"פ הרמ"א, לא היחוד הוא המקרי חופה כלל, און אפילו לדעת המחבר אז מען דארף יא יחוד, האלטען רובי דרובי פוסקים אז עס דארף נישט זיין בביתו שלו, נאר א מקום צנוע לשניהם, און עס קומט אינגאנצען נישט אריין דא צו וועמען עס געהערט. און מהאי טעמא האבן ניטאמאל די ארונישע דיינים אונטערגעשריבען דערויף, נאר די ראשי הקהילה, וואס דאס אליינס ווייזט שוין אויף די לעכערליכקייט דערפון.
אדרבא, אויב די זאלונים ווילען זיך נאריש מאכן פונקט ווי די ארונים קענען זיי מאכען א גרעסערע הארד טיים פאר בעלי שמחה, מיטן זאגן אז ווער עס צאלט געלט פאר די ארונים געבן זיי נישט די מקום היחוד, און דאן ווערט שוין אן ערענסטע פראבלעים אליבא דהילכתא! - ענק האבן נאר מזל אז די זאלונים זענען נישט אזולכע לוזערס ווי ענק וואס שרייען קאזאק הנגזל און זוכען אויף א לעמבערגער רי"ף.
ארגינעלער
פון היינט איז דער סענדזשארצער רב שליט"א צוריק א צדיק, און אויס מקבל שוחד בפרהסיא?...
עטס זענטס א פורים, טאמער איז ער לטובת ענק איז ער דער גרעסטער קדוש, אויב זאגט ער דאס מינדעסטע פארקערט, איז ער דער גרעסטער שייגעץ.
נו זאג דו אליינס ווער טעראריזירט רבנים?...
א פרייליכן פורים
איינר האט דא געזען די ווארט שייגץ
ווער יא באקומט א סעיט זישגאן טעיפס
יענקעלע11, נאר ווי דען גייסטו חתונה מאכן? גייסט פארן קיין קרית יואל אדער קיין מאנסי? סוכ"ס דארף מען דערווייל אנקומען צו די זאליס, ווען ענק וועלן האבן אייגענע זאלען העסטו דעמאלטץ קענען זאגען וואס דו ווילסט.
אגב, מיין ערשטע העלפט האסטו נישט געענטפערט גארנישט, די 2טע האלב איז נאר געווען אגב אורחא.
אין דעם דאקומענט זעט מען אז דאס ביהמ"ד פון הרב עזריאל מאיר קאהן אויף 229 היוז סטריט
(קהל בינת יששכר דסענדזשארץ) איז היינט די אייגענטום דעם גנב והולך בערכאות שאול פערלשטיין.
הרב עזריאל מאיר קאהן האט באקומען דרוק פון שאול פערלשטיין אז אויב ער ציט נישט צוריק, פארלירט ער זיין שול'עכל און וועט זיך טרעפן אויף די גאס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב עזריאל מאיר קאהן האט באקומען דרוק פון שאול פערלשטיין אז אויב ער ציט נישט צוריק, פארלירט ער זיין שול'עכל און וועט זיך טרעפן אויף די גאס.
_________________