ס'איז זייער אים קלאר
איך מיין ס'איז שוין לאנג נישט געווען א פריימערי אזוי אים קלאר אויף ביידע זייטן,
ס'איז דא איין אנעליזער נאוועק
וואס זאגט אז ס'וועט זיין אזוי
דעמאקראטס
1) אבעמע
2) עדווארדס
3) קלינטן
ריפאבליקען
1) ראמני
2) האקעבי
3)
Drudge איך האלט אויך אז קלינטן וועט נישט מאכן אייווא אין איך הא היינט געהערט אז זי איז שוין ציגעגרייט פאר דעם..
_________________
Stop Hillary Express
מיין פרעדיקשאן איז, אז קלינטאן וועט אריינקומען די צווייטע, נישט די דריטע, איך האלט נישט אז עדווארדס וועט אנציען שטארקער ווי קלינטאן.
איך האלט אויך אז זשוליאני וואלט זיך מער געדארפט פארלייגען אויף אייאווע און נישט זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכען דערפון, ווייל אפילו עס ווייזט טאקע גארנישט קעגן די נאציאנאלע פאול, אבער דאך גיט די מידיא אוועק די מערסטע צייט פאר אייאווע וויבאלד זיי זענען די ערשטע, האט זשוליאני כאטש געדארפט פראבירען צו אנציען די צווייטע אדער דריטע, און מער קאמפיינען דארט, יעצט שטייט ער דארט די נידעריגסטע פון אלע קאנדידאטען מיט נאר 5 פראצענט.
_________________
יכול, ערשטענס, עדווארדס האט יא טשאנסן אריינציקומען פאר קלינטאן, און די סיבה דערצו איז וויבאלד עדווארדס דרייט זיך שוין אין אייווא פאר די לעצטע עטליכע יאר, און ער האט שוין דארט אריינגעלייגט גרויסע כוחות, און צווייטענס, ס'איז דא עטליכע קלענערע קאנדידאטן וואס האבן געזאגט פאר זייערע וויילער אז אויב ציען זיי נישט אן די נויטיגע 15 פראצענט (וואס דאן ברויך מען איבער שטימען פאר א צווייטן) זאלן זיי שטימען פאר עדווארדס,
און ביי די רעפובליקאנער זייט איז האקאאבי געווען לעצטענס דער העכסטער, יעצט איז גראדע ראמני העכער, זשוליאנו האלט אבער אז אום איז בעסער צו געווינען פלארידא ענדערש ווי אייווא און ניו העמפשאר, ער האט זיך אריינגעלייגט אין די גרעסערע סטעיט'ס ווייל ער האלט אז ער וועט מער אנקימען אזוי,
וואס מ'זעהט אבער שוין לאנג, אז די אלע פאולס זענען נישט זיכער, בכלל נישט זיכער, און אסאך מאל מאכט דער פאול אפ וווער ס'זאל ווערן דער פראנט ראנער, עס קענען זיך נאך טוישן אסאך זאכן אסאך מאל,
אנו רצים והם רצים...
רי ריכטיגע געווינער וועט זיין דער וועם די מידיא וועט אפמאכן. זיי וועלן אפמאכן צו יענער האט אנגעצויגן צו שוואך, אדער א צווייטער וואס האט אנגעצויגן גענוג שוואך.
RESULTS:
Obama 37.36; Edwards 29.97; Clinton 29.45
Huckabee 34; Romney 25; Thompson 14; McCain 13%; Paul 10%