היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אומגלויבליך: גזולה קאמפיין, ארבעט ווי א זייגער!

אומגלויבליך: גזולה קאמפיין, ארבעט ווי א זייגער!

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2339719

קושקע » 2/1/2008 20:59

איך וועל זאגן דער אמת, איך בין לכתחלה געווען זייער סקעפטיש, צו די המון עם וועט דאס אויפנעמען מיט אזא ערענסקייט,
ווען איך זאג "המון עם", רעד איך נישט פון די המון וואס האלטן אז די מלחמת מצוה נגד אהרן ט"ב איז אזוי גרויס אז עס איז מבטל כל התורה כולה, לשיטתם איז א מצוה צו עסן וואסעריגע מצומחות ומבוקעות, גזולה מצות בליל הסדר, מ'מעג עוקר זיין כל התורה כולה, מ'מעג טרעטן אויפן ויואל משה בשאט נפש, מחלל שם שמים זיין מסוף העולם ועד סופו, אלעס צו מקיים זיין בהידור די הייליגע מלחמת מצוה, איך רעד נישט פון די המון, איך רעד פון שאר העולם, וואס האבן נאכנישט איינגעזעהן אז די תרי"ג מצוות איז איינגעטוישט געווארן אויף איין מלחמת מצוה.

דא קענט איר זיין ווי ווייט די זאליס האבן זיך דערקייקעקלט, זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, דאס איז נישט קיין צופאל. 

ברענג נישט קיין לינקס פון יענעם פארום, דער מנהל!
 

רבותי, ס'ארבעט פיין, נישט נאכלאזן דעם קאמפיין.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/01/2008 5:18:54

ארגינעלער » 2/1/2008 21:10

מען דארף האמערן אין דער בלאט וואך איין וואך אויס
אין וועם מען טרעפט אין גאס א זאלי א היימישער א פרעמדער
נישט זיך שעמען אין מיט א שטאלץ זאגן אין
פארהאלטען אז זיי זענען גזלנים מסרבים לדין
אין סאיז ברור אז טויזנטער יודען וועלן עס פאדערען
מיט א ערנסקייט וועט עס אויפטוען
דער עיקר איז מיט שטאלץ אין מיט א בלאנדען געזיכעט
פארהאלטען די פארברעכער
נישט פארגעסען מענטשען זענען נישט גרייט צי שפילן מיט א קינדס חתונה
סאיז צי האקעל אין א ערנסטע מאמנעט פאר יעדן איינם

_________________

ביבער » 2/1/2008 21:32

ארגינעלער סאיז נאך מיט א געדאנק מער
טאמער דער העפיטגער קאמפייען וועט אנגיין אזוי ווי יעצט
גייט עס אפשטעלן זייער מאני מאשין  האלט קאפ
פארגעס נישט דער סאטמארער ציבור ציילעט זיך קע"ה אין די טוינזטער 
אין יעצט קומט די גיטע פארט דער פרעמדער גאס ציילט ווייטער אזוי פיל
אין אז מען וועט סטאפן איינקויפן וואס וועלן זיי טוען זיי גייען נישט זיצן מיט ציזאם געלייגעטע הענט
הער אויס
גייט די לישקע קושקע (קושקע איך מיין נישט דיך)
איך מאך נישט קיין חוזק איך קען זייער טרעק רעקארד
ארויס קומען מיט א היתר באגלייט מיט עמי הארצות אין ליצנות
וואס דאס וועט ציגיסן אויל צים פייער אין קיינער וועט עס נשט אפקויפן דעם היתר
מען דארף אגטירן דעם ציבור אז מען זאל זיין קאמפס גרייט
אין אפשלאגן יעדע סארט פין זייערע ליצנות
בשם השם נעשה ונצליח





תוקן על ידי ביבער ב- 02/01/2008 21:33:49

לעבעדיגער » 2/1/2008 22:57

קושקע, יא, ס'איז ממש אזוי,

א איד האט מיר נעכטן געוויזן א ליפלעט וואס די זאליס האבן ארויסגעגעבן דעם שבת אין בעפארברייטונג צו זייערע וואלן, עס הייסט "צו השעה"

עס איז א ליפלעט פון פיר זייטן, און איז אנגעפילט מיט דברי קללה והבל אויך אונזער רבין, רב, קהלה און וואס נישט, און די סיבה וואס רעגט זיי אזוי אויף און ברענגט זי צו שרייבן דעם דאזיגען ליפלעט ווערט ארויסגעברענגט דארט זייער אפען,

זיי שפרינגען אויף דעם "גזולה קאמפיין" זיי זעהן ווי דאס ווערט אויפגעכאפט  ביי די ברייטע מאסן, זיי וויינען דארט מיט קראקידעל טרערן אז מיר זענען די שקצים, און מיר ווילן עס יעצט אויסדרייען אויף זייער זייט, 

דער תמצית פון דעם "צו השעה" איז שעלטן, שעלטן, שעלטן און נאכאמאל שעלטן... 

און דער איינער סיבה דערצו איז:
ווייל מיר שרייען אויף זיי "גנבים"!

נעכטן האב איך געהאט א שמחה איז דארט געווען א גרויסן הלכה'דיגן וויכיח צווישן עטליכע אינגעלייט און בעלי בתים (זאלי'ס) איבער די "מַצות גזולה" איינער האט גע'טענה'ט די וואסער קוואל, א צוויטער האט גע'טענה'ט שינו קונה, א דריטער האט געזאגט אלץ די בנינים, איינער זאגט אז ס'איז נישט קיין גזולה, ס'איז אפשר בצע בירך נאץ את השם אדער מסייע לידי עוברי עבירה, איך בין געזיצן אויפן נעקסטן טיש און געשעפט נחת, וואס א חילוק וואס דער זאלי וועט אפפמאכן, קאפ וויי האט ער זיכער, און אין די גאס ווייסט שוין יעדער אז ער איז דער גנב און וויל נישט קומען צום דין תורה,

ביבער » 2/1/2008 23:07

די זאליס ווערן צי שפרינגען פין דעם קאמפייען פאר איין ריזין
ווייל זיי אליין זענען מודה למחצה ולשילש אז זיי זענען גנבים
נאר וואס דען זיי זאגן פארפאלן מען האט ציגעפיקסעט די אהרונים
אבער ביי זיך וויסען זיי גאנץ גוט דעם אמת
אין פאר דעם טאנצען זיי פאר כעס
זיי האבן נאך נישט קיין געהריגען מעסידעש אויפן גאס
סאיז א געשמאק צי קוקן ווי די זאליס יעדער מיט א אנדערע לצה
אבער ספלאקרעט אינעם אינערליך קיין לייטישען תירוץ האבן זיי נישט
אין פאר דעם ציטערן זיי פין די גאס אז זיי וועלן אנגיכען כאפן
אז די זאליס האבן נישט קיין רעפיט ריספאנד

בערל550 » 2/1/2008 23:27

על כגון דא נאמר

I am having more fun then a humen being is alowd to have

צום_פונקט » 2/1/2008 23:33

די גאס איז זייער פראבלעם? ניטאמאל פאר זייערע נאכשלעפער האבן זיי נישט וואס צו ענטפערן אין די צייט וואס אלע שקרים האבן געפלאצט ווי א זייפן בלאז.

פלעכטעל » 2/1/2008 23:46

איך האלט אז מען דארף ארויס געבן א איסור יחוד(נישט וועגן קרקע גזולה)
צי זיין מיט א זאלי אין די טעג
זיי זענען עלול אויף רציחה אויפן בוכשטעבליכען זון פין ווארט
געווען אייביג אין אוודאי יעצט אלעס מיט די היתר פין דעם
ראבער סטעמיפ בי"ד
אין דעס דארף שוין צי זיין ווינערס

epes_einer » 3/1/2008 00:35

די ארונישע טפשים מיינען אז יעדעם קען מען משגע מאכן מיט שטותים אבער די עולם ווייסט די אמת אז די הלכה איז קרקע אינה נגזלת
ממילא איז אלעס כשר וישר
א גיטען פורעם נארונים

לעבעדיגער » 3/1/2008 01:01

די "עפעס איינער", זינט ווען ביסטו געוואויר געווארן פון די הלכה אז "קרקע אינה נגזלת" ????

ווען עס קומען בריווען פון ענקער קהלה איבער א בר מנן וואס איז אוועק און נישט געצאלט פאר יענקל כהנא, יענעם'ס משפחה'ס פאסט קעסטעל ווערט פארפלייצט מיט בריווען אז די קרקע ווי דער נפטר ליגט איז א "קרקע גזולה" באגלייט מיט סטראשונגען אז מ'וועט נישט לאזן לייגן די מציבה, און נאכן לייגן די מציבה שיקט מען סתם בריוון אז דער נפטר האט נישט קיין ריה אויבן און אלעס איז וויבאלד ער ליגט אין "קרקע גזולה"

פארוואס דארט פארשטייסטו נישט דעם הלכה אז קרקע אינה נגזלת און אלעס איז כשר וישר ??

SIM89 » 3/1/2008 01:24

נישט אין 'קרקע גזולה', נאר 'נמצא צדיק קבור בקרקע שאינו שלו', ס'איז גאנץ אן אנדערע זאך.

געגאנגען » 3/1/2008 01:38

אויב אפילו דא זאל אריינקומען דער כלל אז קרקע אינה נגזלת טאר מען פארט נישט מאכן קיין ברכה אויף די מצה און די סוכה. אזוי אויך קען דער חתן נאכאלץ נישט אפדינגען דעם יחוד שטיבל פון די גזלנים אז ס'זאל ווערן זיין רשות אן די הסכמה פון די עכטע בעלי בתים.

כ'פארשטיי אז די 'הארדקאור' זאליס האבן קיין פראבלעם מיט הלכה אדער שו"ע ווי לאנג ס'דינט זייערע פערזענליכע אינטערעסן, אבער וויפיל מ'וויל אפלאכן דערפון איז עס ערנסטע חששות.

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it

סאטמרחסיד » 3/1/2008 01:39

עפעס איינער, אפשר קוקסטו איבער דעם קונטרס צו השעה, דארט שטייט אז רבינו זי"ע האט געשיקט א בריוו פאר בנו רבינו שליט"א [דרך אגב עס איז א נייעס וואס איז געבוירן אין דעם קונטרס ואכמ"ל...] אז "בנך מענדל תשיב את הגזילה של ההויז"

איך פארשטיי נישט ווען איז קרקע נגזלת און ווען נישט
   הויז אין קרית יואל ...... געגנבעט
   חלקה אין בית החיים........ געגנבעט

אלע בנינים וואס מען האט זיך קיינמאל נישט געשטעלט צו דין תורה כדין ישראל איז דא א היתר (אין טאש????????) קרקע אינה נגזלת
מעיק אפ יור מיינד, קרקע נגזלת או אינה נגזלת

ארגינעלער » 3/1/2008 01:42

איך וויל דא מיטיילען מיטן ציבור א אינטרעסאנטע עפיזאד פין היינט

איך שטיי היינט נאכמיטאג אויף בעדפארד עו. לעבן ביקסאד ביהמ"ד

קעגן איבער זענען געווען צוויי מענטשן אין געטענהט איינער איז ר' וו. נעאוויטש

אין דער צווייטער איז ר' נח א. וויינבערגער ביידע ערנסטע אין חשובע יודען

אין ביידע מיט קעגן זייטיגע מיינוגען

ר'וו. זאגט אים וועגן די גזולה סקאנדל אז נישט קהל איז מוותר אין נישט דער ציבור

איז מוותר אין צי דעם אלעם האלטן רבנים אז סאיז גזולה אין סאיז א ערנסטע חשש

דער ר' נח א. האט זיך גענומען העשען אין שרייען מיט אומבאנימענע קולות אויפן גאס

ממש ווי א ילדות גייט צים קינד עטץ לאכטס פינעם דיין עטץ לאכטס פין ר' זלמן לייב פילפף

עטץ זענעטס רשעים עטץ ריפטס דעם רבי'ן ז"ל בעל דברי יואל עטץ וויל אויסרייסן די שיטה

מענטשען זענען געשטאנען אין געקוקט אין פשוט נישט געגלייבעט וואס מען זעט און הערט

ר' וו. האט זיך געהאלטען שטאל פעסט אין ער זאגט קען זיין סאיז א עוולה אז מען רעדט אויפן

דיין אין ר' זלמן לייב פילפף (איך האלט פונקט פארקערט) אבער דאס אז נישט קייו היתר

פאר גזולה קיין איין דיין אין דער וועלט גייט דיר נישט זאגן אז מען מעג גנבענען

ווייל ער רעדט אויף א דיין

איך בין געשטאנען אין ציגעקוקט דעם ספעקטאקל איז דורך געלאפן א שנעלער תמצית

דער גזילה אפראציע איז נישט קיין סלאגאן סאיז א פאקט וואס שלאגט אין פנים

זיי האבן נישט קיין תירוץ לאמיר נישט פארגעסן דעם כלל וואס איז אנגענימען אין יעדן

גענאראל שטאב דער בעסטער פארדייעדעגונג איז א אנגריף

מען דארף פארהאלטן יעדען זאלי נאכמאל אין נאכמאל גזילה אין נאכמאל גזילה




ברוינפן » 3/1/2008 04:37

דוד46, אוואו ביסטו? נו, שריי שוין עפעס צוריק, עס מיז נישט שטימען מיט די טעמע

13Hooper » 3/1/2008 04:43

מהיום והלאה
ויקרא שמו בישרא "גזאלי"

DRUDGE08 » 3/1/2008 05:27

תוקן על ידי - Drudge08 - 03/01/2008 5:31:15

_________________

13Hooper » 3/1/2008 07:27

מהיום והלאה
ויקרא שמו בישרא  גזלונים

בערל550 » 3/1/2008 16:23

זיי זענען דאך ביז היינט ארומגעלאפען שרייען "יא די גניבה איז געלונגען"
זאלען זיי עס יעצט עסן...

בערל550 » 4/1/2008 03:03

די ביילאגע אין בלאט די וואך איז געוואלדיג