היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אהרונים טוישן דעם ניגון נאך 6 יאר!

אהרונים טוישן דעם ניגון נאך 6 יאר!

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2339072

דוד46 » 1/1/2008 17:33

נעכטן נאכט ביי די אהרונישע גענעראל פארזאמלונג אין הופער סטריט האט יצחק ראזענבערג "געשאסן א באמבע" מיט "פרישע אויפדעקונג". די אויפדעקונג — וואס האט געזאלט ציען די אנטוישטע אהרונים אים נאכאמאל אויסצוהערן נאכן פיטערן 7 יאר מיט לאקשן תורות — איז א אדמו"ר מהר"א האט אלעמאל געוואלט אונטערשרייבן שטרי ברורין נאר קהל יטב לב ד'סאטמאר האט נישט געוואלט. דאס אז עס איז דאקומענטירט שווארץ–אויף–ווייס אז אהרונישע פירער האבן כסדר גע'טענה'ט אז עס האט גארנישט מיט זייער רבי'ן (דעמאלסט רב אין קרית יואל) און זיי פלעגן כסדר זאגן אז ער ווייסט בכלל נישט פון קיין קאורטס, פון דעם מאכט זיך ראזענבערג כאילו לא ידע, און פיטערט זיינע קעלבעלעך מיט פרישע לאקשן תורות.

דוד46 » 1/1/2008 17:36

באמת איז עס א קליינער חילוק פאר שלומי אמוני ישראל, אבערעס איז פשוט גוט צו ווייזן וויאזוי עס שטעלט זיך ארויף א מענטש ברבים און זאגט פאער זיינע קעלבעלעך איך האב ענק געפיטערט מיט שטרוי 7 יאר, אזוי וועל איך ענק ווייטער פיטערן דערמיט ווילאנג עס וועט זיך לאזן... 

ארגינעלער » 1/1/2008 18:52

דער עיקר איז אז דער ניגון געט זיך פיין איין
אין ביי די וועי דער שור שנגח ניגון איז ענקערס

איציק_מיכל » 1/1/2008 19:06

 

דוד46 כתב

דאס אז עס איז דאקומענטירט שווארץ–אויף–ווייס אז אהרונישע פירער האבן כסדר גע'טענה'ט אז עס האט גארנישט מיט זייער רבי'ן (דעמאלסט רב אין קרית יואל) און זיי פלעגן כסדר זאגן אז ער ווייסט בכלל נישט פון קיין קאורטס, פון דעם מאכט זיך ראזענבערג כאילו לא ידע,

 אמת!!! אמת!!! די דין תורה האט טאקע גארנישט מיט רבינו שליט"א
מיר רעדן דא נאר פון די בניני הקהלה דיני ממונות, ווער ס'זענען די ריכטיגע ראשי הקהלה (לגבי די רבנות, ווען מ'וואלט ווען געהאט א הוא אמינא אז ענק וועלן קומען צו א דין תורה וואלט מ' טאקע געמאכט אן עקסטער דין תורה אויף די רבנות)

נאך צוויי יאר וואס ענק האבן בכלל נישט געוואלט קומען צו א דין תורה זענען ענק געקומען מיט
א תירוץ אז ענק ווילן יא קומען נאר רבינו שליט"א וויל נישט אינטערשרייבן שטרי ברורין

איי ווי קומט דא אריין רבינו שליט"א???

יעדער האט געוויסט אז זיי גייען נאר לאזן דעם רבין אינטערשרייבן און זייער זייט פון די שטרי ברורין וועלן זיי לאזן ליידיג כנהוג,,, און נאכדעם שרייען און די גאסן
"עטץ זעהטס "ער" שרייבט אינטער "ער" פירט אלעס "ער" צווינגט יצחק צו גיין אין ערכאות וכו
'
האבן מיר טאקע לכתחילה נישט געוואלט
אבער ווען מ'האט געפרעגט רבינו שליט"א אויב ער איז מסכים אינטער צו שרייבן האט ער גענטפער

"אדרבה איך בין מסכים"

דוד46 » 1/1/2008 19:08

מעכעלע

קענסט פארקויפן מעשיות וויפיל דו ווילסט

באלד וועט דא ארויפקומען אלע דאקומענטן וואס זענען ערשינען במשך די יארן, דערפאר וויל איך דיך מייעץ זיין זאלסט שוין גרייטן תירוצים לרחצה!

ארגינעלער » 1/1/2008 19:08

איציק מעכיל WOW   געכאפט דוד46 מיט א ליגענט

איציק_מיכל » 1/1/2008 19:20

צו פארמישען און פארדרייען די פאקטן דארף מ' טאקע ברעגן א גאנצע בארג מיט פאפירן

"אמת" קען מ' שרייבן אן דארפן ברענגן גאנצע בערג פאפירן

דוד46 » 1/1/2008 19:36

מען דארף אבער שרייבן דעם אמת' אז מען שרייבט שקר דארף מען דאקומענטן!

איציק_מיכל » 1/1/2008 20:00


נא! הייב אן ברענגן דאקומענטן אבער קורץ און שארף נישט קיין "בערג" צו פארמישען די פאקטן

ארגינעלער » 1/1/2008 20:18

די קשיא איז יעצט:
איז זלמן לייב באלעבאס ביי די זאלונים
אדער שאול פערלשטיין און בערעלע יאקאבאוויטש (רויטער)?

האט זלמן לייב ליגענט געזאגט אדער נישט?

סעדער » 1/1/2008 22:44

די קשיא איז אינגאנצן נישט דאס, מיר ווייסן אלע אז דער בעל הבית מיט זיינע מיטארבייטער האבן איין ציל. די קשיא איז נאר פארוואס ווען דער ירושלימער רב זאל זיין געזונט איז נישט געגאנגען קיין עוז והדר מסיבה ווייל דער נגיד פאלגט נישט דעם דין תורה, און דא אין וומסב"ג ווען די רוחני פירער האלטן מיט פון דער נאענט דעם עיוות ועיני הדין און ברבים שטיצט מען ווייטער דעם פאן, מען באשיינט אלע מסובות וכו' וכו' וגו'

דוד46 » 1/1/2008 22:47

טאקע א שווערע קשיא וויאזוי דיין רבי קישט אזיך מיט די הולכי בערכאות

איציק_מיכל » 1/1/2008 23:47

דודA1

גוטזאגער » 1/1/2008 23:56

רז"ל איז אין קאורט בלי רשות בי"ד

1) וויליאמסבורג (שעק קעיס)
2) בארא פארק (קעגן ר' אהרן וועלץ)
3) בני ברק (ציונים).

ווען מ'האט געעפענט די ארטיקעל 81, ביי לעווינטאל האט רז"ל געשיקט א הזמנה.... ווען מ'האט געענטפערט די הזמנה, האט דער שטריק אויפגעהערט רופן...

דאס זענען טריקס פון א אויסגעשפילטן ליידאק און עם הארץ

_________________

דוד46 » 2/1/2008 00:07

זאג עס הויעך: ל-ע-ו-ו-ע-נ-ט-א-ה--ל

דיין שטריק וויל נישט הערן דעם נאמען, ווייל עס נעמט אים דאס קדחת...

דוד46 » 2/1/2008 01:24

דא לייג איך ארויף א דרשה וואס הרה"ח ר' שאול פערלשטיין שליט"א סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר האט געזאגט ברבים מוצש"ק פרשת תצוה תשס"ו אין ביהמ" גקהל יטב לב ד'סאטמאר

יישר כח פאר זריזות פארן צושטעלן די דרשה.

(די דאקומענטן וואס איך האב צוגעזאגט וועט אי"ה בקרוב ארויפגעלייגט ווערן)

דוד46 » 2/1/2008 01:36

1
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:39

1 גרעסער
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:40

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:42

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

פלעכטעל » 2/1/2008 01:43

דוד'ל די ביסט באגלייבעט ווי דעם לץ שאול
אזא ריין מויל ווי יעקב שמשון
אין אזוי הייליג ווי דער יפוער

דוד46 » 2/1/2008 01:45

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:46

5
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:47

6
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 2/1/2008 01:50

יעצט געב איך איבער דאס ווארט פאר די אהרונים.

בקרוב וועל איך אי"ה ארויפלייגן די דאקומענטן וואס איך האב צוגעזאגט.

אינצווישן געב איך עקנ רשות הדיבור... און הייבטס אן מיט די פורים פשעטלעך פון ראזענבערג...

DRUDGE08 » 2/1/2008 02:32

דוד וואס ווילסטו דא ארויסברענגן מיט די דרשה פון די גרעסטע שקרן און אינזער דור

זשוליאני08 » 2/1/2008 02:44

דער שיכור ברענגט דא אראפ שאול'ס שקרנות.
יאזעף געבלס קען זיך פארשטעקן פאר פערלשטיין.

פונקט 1)

משה מענדל טירנויער האט גערעדט צו רבינו שליט"א...
אפשר האט ער גערעדט מיט יאסי בראך...


פונקט 2)
ר' יצחק ראזענבערג האט נישט געהאלט קיין רעטאריק דרשה.
ער האט ארויסגענומען א התחייבות שטרי בירורין וואס ער האט אונטערגעשריבן...
אבער שאולי פערלשטיין מיט זיינע באנדיטן בראש פון רז"ל האבן נישט
אונטערגעשריבן

ר' ישראל דוד הארפענעס האט עס באשעטיגט !

פערלשטיין שקרן - לא לדרשה קאתינא !
שרייב אונטער שטרי בירורין נישט האלט רעדעס פאר דיינע קעלבער !

_________________

זשוליאני08 » 2/1/2008 02:50

דער שיכור זאגט:
לאמיר מאכן יושר'דיגע וואלן... לאמיר זעהן וויפיל מענטשן איר האט!

דער שיכור פארגעסט אז ער האט גענומען די גאלדהירש'לעך פאר מעמבערס.
דער שיכור פארגעסט אז ער האט געשיקט קארטעלך פאר צענדליגער פרויען און קינדער

_________________

דוד46 » 2/1/2008 03:06

עס איז מיר ב" געלונגען ארויסצוברענגען דעם שיכור זשוליאני פון די לעכער...

איך האב א צעטל אין טאש וואס איך האב אונטערגעשריבן צוזאמען מיט זריזות, פארלעסליך, און נאך אפאר ניקס דא, און איך ווארט נאר אז דו מיט דיינע ניקס זאלן אונטערשרייבן...

 

יענקעלע11 » 2/1/2008 03:37

דוד,
די וועלט האט אויפגעכאפט דעם נייעם ניגון,
ס'ווערט שוין א בעסט סעלער,
ס'איז שוין א וועלטס ניגון,
יעדער יעדער זינגט דאס שוין...
איי, איז דאס א געלונגענער ניגון,
שאול זינגט דאס,
שלום שניצלער זינגט דאס,
שמשון יאנקל זינגט דאס,
אברהם מאיר רייך זינגט דאס,
יאנקל בערקאוויטש זינגט דאס,
שניאור קליין זינגט דאס,
און יא, דוד'ל פון היידפארק זינגט דאס אויך,
די וועלט קען שוין גיט דעם ניגון,

זינגטשע יודלעך, נו, לעבעדיג צוזאמען,
כת מסרבים לדין תורה, מצה גזולה, איי איי איי
סוכה גזולה, קרקע גזולה, איי איי איי
חופה גזולה, יחוד שטוב גזולה, אוי
בית המדרש גזולה, מקוה גזולה אוי אוי אוי אוי,

נאכאמאל,
כת מסרבים לדין תורה, מצה גזולה, איי איי איי
סוכה גזולה, קרקע גזולה, איי איי איי
חופה גזולה, יחוד שטוב גזולה, אוי
בית המדרש גזולה, מקוה גזולה אוי אוי אוי אוי,


דוד46 » 2/1/2008 03:45

ב"ה אז עטס זינגסט דעם ניגון

אך און וויי וואלט געווען אויב אונז וואלטן מיר געדארפט זינגען דעם ניגון...

געגאנגען » 2/1/2008 14:06

ס'איז א שאד סתם נאכאמאל און נאכאמאל איבערקייען זאכן וואס זענען שוין ארויפגעברענגט געווארן צענדליגער מאל, ס'וועט זיין גענוג צו ווייזן בלויז איין דאקומענט צו זען וואספארא ביליגע ליגנער די זאליס זענען, און ווי זיי שעמען זיך נישט צו לייקענען שמש בצהרים ווען עס שטימט מיט זייערע אינטערעסן.

פאלגנד איז א ציטאט פון א בריוו פון הרה"ח ר' אלישע הורוויץ שליט"א, גבאי חברא קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וואס ער האט געשריבן פאר רמ"מ טירנויער מיט קנאפע פינף יאר צוריק (ווער טוישט א זעקס יעריגן ניגון?!) נאך זיין פארלאנג אז דער רבי שליט"א, דאן רב, זאל אונטערשרייבן די שטרי בירורין:

[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 2/1/2008 18:02

פארוואס באשולדיגסטו דוד'ן?

דודש'קע איז נישט קיין ליגנער בעצם.
ער זינגט נאר שאול'ס בלאפעריי.

_________________

איציק_מיכל » 2/1/2008 18:09

דוד
די שרייבסט אז די גייסט ברענגען קלארע דאקומענטן (קורץ און שארף נישט קיין בערג צו פארמישן)
 
אז רבינו שליט"א האט נישט געוואלט אינטערשרייבן קיין שטרי ברורין

איך ווארט און ענדליך וואס ברענגסטו מיר???

נישט מער און נישט ווייניגער

א דרשה פון,,,,,,,,,,,,,,,,פערלשטיין,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

איך מוז דיר זאגן די ביסט מורא'דיג





תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 02/01/2008 18:13:28

לעבעדיגער » 2/1/2008 18:48

ס'איז אן אינטערסאנטער פאקט,

ווען איך וויל מעלדן אז רבינו שליט"א איז מסכים אונטערצושרייבן שטרי ברורין, ברענג איך א נאמען, הרה"ח אלישא האראוויץ, ער האט גערעדט צו אום, און רבינו שליט"א זאגט אז ער איז מסכים,

ס'איז דא אן עדות, מ'קען אום פרעגן,

דאס אז רז"ל וויל נישט גיין צום דין תורה, ברענג איך אויך א נאמען, א איד וואס האט גערעדט צו ר' בערל יאקאבאוויטש, ער הייסט ר' יוסל ג. און זלמן לייב האט אום געזאגט אז ער איז נישט בעה"ב און ער קען זיך נישט שטעלן,

ס'איז דא אן עדות, מ'קען אום פרעגן,

ווען שאול פערשלטיין וויל ארויסברענגען אז רבינו שליט"א וויל זיך נישט שטעלן צום דין תורה פארציילט ער א מעשה, פשוט! שאול פערלשטיין זאגט אז די רבי וויל נישט אינטערשרייבן, ומי יבא אחר המלך, מאן מלכי פערלשטיין, אז פערלשטיין זאגט אזוי איז עס דאך אמת ויציב, ווער ווייסט מער ווי פערלשטיין?....

שאול פערלשטיין האט אליינס געזאגט! מ'קען אום אויך פרעגן....

What A Joke 

hungarian » 2/1/2008 23:33

עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די אלע ויכוחים זענען נאר לפני ולפנים משורת הדין - דער רבי שליט"א האט קיינעם נישט תובע געווען צו דין תורה און קיינער האט אים נישט תובע געווען - די גאנצע טענה אז ער זאל דארפן אונטער שרייבן שט"ב איז מתחילה א לעכערליכע און אפגעפרעגטע טענה

_________________

דוד46 » 4/1/2008 00:29

אין פאלגענדן צעטל זעט מען וואס עס איז געווען די אמתע כוונה פון די הולכי בערכאות! די דאקומענט איז געווען געדרוקט אין א קונטרס וואס קהל יטב לב דסאטמאר האט ארויסגעגעבן תמוז תשס"ב, וואו עס איז געווען געדרוקט די דרשות פון הרב החסיד רבי יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל און פון הרה"ח ר' שאול פערלשטיין שליט"א סגן ראה"ק ביי אן אסיפה כללית אין בנין עסטרייכער זונטאג קרח תשס"ב.

דער קונטרס פרמאגט 40 זייטן איז עס שווער צו סקענען, אפשר וועל איך עס טאן אין די קומענדיגע טעג.

אבער איך לייג ארויף 2 דאקומענטן:

1) וואס הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט געברענגט פון די הולכי בערכאות אז מיט די תנאים זענען זיי גרייט ארויצוגיין פון קאורט.

2) איז דער "שטר הסכם" וואס יצחק ראזענבערג האט פארגעליינט אין זיין רעדע מאניג נאכט, וואס זיי האבן בשעתו געשיקט מיט הגאון רי"ד שליט"א.

דוד46 » 4/1/2008 00:35

דער שער בלאט פון דעם קונטרס
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 4/1/2008 00:38

דער ערשטער דאקומענט, וואס עס שרייט ארויס אז די הולכי בערכאות זענען נאר שלוחים פון דעם מאנראוער צדיק
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 4/1/2008 00:40

די צווייטע דאקומענט וואס יצחק ראזענבערג האט פארגעליינט, און דאס באצייכענט אלס אן אויפדעקונג וואס איז יעצט ארויסגעקומען פאר'ףן ציבור.
[בילד – נישט אפגעהיט]