היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 2 נייע חתונה זאלן אי"ה בקרוב אין קרית יואל

2 נייע חתונה זאלן אי"ה בקרוב אין קרית יואל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2338796

אנטוערפןרב » 1/1/2008 04:23

סקומט גוטע שמועות פון הייליגן שטעטעל וואס וועט בקרוב באפרייט ווערן פון די לאפעס פון דעם יחיד המשתלט על הציבור וואס איז פוסע על ראשי עם קודש שוין צענדליגער יארן. דער רבש"ע האט אויף אונז רחמנות געהאט און באפרייט פון זיינע הענט, און יעצט האט דער אייבערשטער צושמעטערט די לעצטע איינרעדעניש וואס ער האט נאך אנגעהאלטן אין קרית יואל.
לויט ווי מהערט גייען גאר בקרוב זיך עפענען אין קרית יואל בעזהשי"ת נישט איינס, נאר צוויי הערליכע גרויסע חתונה זאלן וואו יעדער ערליכער איד באשר הוא וועט קענען מסדר קידושין זיין אן זיך דארפן אונטערווארפן די הענט פון אים. קרית יואלע אידן ווארטן מיט גרויס שפאנונג און שמחה דקדושה אויף דעם פרייליכן טאג וואס די לעצטע רינגעלע פון די קייט ווערט צוריסן און צושמעטערט עד ביאת הגואל בקרוב בימינו!!!



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/01/2008 4:28:13

בשמחה_תמיד » 1/1/2008 04:26

רעדן מיט דרך ארץ איבער רבנים.

_________________

ביבער » 1/1/2008 06:55

ווי  פינקטליך אין קרית יואל

געשמאק » 1/1/2008 14:29

ביבער, ערגעץ צווישן מאנסי און גאושען...

אבער די עיקר נייעס איז אז דער רבי שליט"א וועט נישט קענען זיין דארט מסדר קידושין...

_________________

מה_טובו » 1/1/2008 15:19

זייער גוט...
אזוי דארף צו זיין...

אז די הלכה זאגט אז "אין קרית יואל טאר נישט זיין קיין אנדערער מסדר קידושין נאר דער מרא דאתרא" וועט עטץ מוזען בויען א זאל אינדרויסען פון שטעטל אין דארט חתונה האבען...

אין שטעטל וועט קיין צווייטער מסדר קידושין נישט זיין אן די רשות פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א

ענטפער » 1/1/2008 15:33

פארוואס נישט 10 חתונה זאלן

זאל יעדער קענען חתונה מאכן אין איין נאכט

ווייל ביי די מענטשן פארטראגט זיך עניווע קיינער נישט מיטן צווייטן ב"ה

_________________