ביהמ"ד גזולה, אולמות גזולות, מצה גזולה, סוכה גזולה...
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2338423
כלל ישראל האט זייער ערענסט אנגענומען דעם פסק הלכה פון דייני קהלתינו אז אלע געגנב'עטע בנינים זענען בחזקת גזולה,
בפרט איז זייער הארב די הלכה אז די חופה און יחוד דארף צו זיין אין א אייגן אפגעדינגענע פלאץ, נעכטן אליינס זענען 7 מענטשן ארויף געקומען אין אפיס אפצודינגען דעם זאל ווי זיי מאכן חתונה, בראש איז געווען הרה"ג רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדארדזש וחתן רבי אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט נעכטן ביינאכט חתונה געמאכט זיין קינד אין זאל פון ברכה סימא און האט אפגעדינגען דעם זאל ביי קהלתינו הק', וממנו יראו וכן יעשו, ווייל דער רבי עזריאל מאיר שליט"א איז פון די גדולי הפוסקים בדורינו, ער איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, און זיין פסק האט א ווייטן אפקלאנג ביי יעדן ערליכן איד,
תוקן על ידי MECHEL19 ב- 31/12/2007 15:47:48
די וואך שב"ק איז צוגעקומען שאול פערלשטיין צו איינע פון די דיינים אינערהאלב קהל יטב לב און פארגעהאלטן וואס פשט פון די מודעה פון קהל אין 'דער בלאט' איבער די שאלה פון קונה זיין די די שטובל ביי יחוד ווען מ'דינגט פון זיי די זאל?
דער דיין האט אים גענטפערט אז ער זאל עס פרעגן פון זיי מורא הוראה פון וועם ער פרעגט זיינע געווענליכע שאלות,
ענטפערט אום שאול אז ער האט שוין געפרעגט ר' שלמה לייב וויינבערגער און ער האט אום גענטפערט אז אין הכי נמי ביי די "מַצות" איז דא די שאלה פון גזולה ווייל עס באלאנגט פאר קהל, אבער די זאַלן געהערט דאך פאר די מוסדות, דארט איז נישט די שאלה, טענה'ט ר' שלמה לייב,
שוין, מיר האבן די זכיה אז ר' שלמה לייב איז שוין מודה אויף די מַצות,
ס'בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס זיי גייען טון מיט הרב עזריאל מאיר קאהן שליט"א, סענדזשארדזשער רב, וואס פון די עטליכע מענטשן וואס האבן שוין גענימען רשות פון קהל איבער די זאלן פון 82 איז ער צווישן די אלע (אין איין טאג! זונטאג), און ער איז נישט סתם א מחותן א בעה"ב, ער איז שוין פון די גרעסטע דיינים דא אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט אויף די ערנסקייט פון די שאלה און מיט וואספארא ערנסקייט די בעלי הוראה און תורה-אידן נעמען דאס אויף,
מ'שמועס'ט דא אין קרית יואל, אז מ.ל.ד. איז צוגעגאנגן צום דיין און אים געפרעגט
אויב ס'איז אמת אז די אלע נכסים זענען גזילה,
האט אים דער דיין געענטפערט, אז ער האט נאך נישט געהעריג מברר געווען צו ס'איז
א חשש גזילה אדער גזילה ממש
אבער, האט דער דיין אויסגעפירט, כן עשה הלל..... דאס זיכער נישט.....!!!
מיכל,
פארצייל אביסעל מער וועגן רבי עזריאל מאיר, איז ער אליינס ארויפגעגאנגען אין אפיס? אדער גערופען אויפן טעלעפאון? אדער געשיקט זיין הויז בחור?
און האט ער געצאלט געלט? אויב יא וויפיל.
יעצט ווייס איך שוין נישט ווער עס איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, פאריגע וואך איז עס געווען וואזנער יעצט איז עס קאהן...
א באנדיעט דער קאהן דאכט זיך מיר דער לץ פערלשטיין
איז ביי אים גאר ראש הקהל
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 31/12/2007 17:57:40
פארוואס פארציילסטו נישט וואס הרב יעקב האניג שליט"א האט געטאן? פארוואס פארציילסטו נישט וואס הרב ירמי' טייטלבוים שליט"א האט זיי געענטפערט?
אין וואס פאר ציילסטו נישט וואס הרב הגאון סענזאשער רב שליט"א האט געטוען
_________________
ליינטס און האט הנאה
די מעשה מיטן סנדארדזשער רבי האט זיי געכאפט ווי א דינער
אינמיטן העלן טאג, ס'האט די זאלונים ארויס גענומען פון די
גלייזן, זיי שפרינגען, זיי שרייען זיי קאפן און זיי שפייען בלוט,
רבותי, ס'קומט זיסע ווארעמע טעג זייטס גרייט, גיט א שמייכל און האט הנאה,
http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2333937
איך מיין אז דו ווילסט נישט איך זאל דערציילן דעם עולם דא וואס ער האט געזאגט
פארוואס האט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א נישט געוואלט ענטפערן צי עס איז טאקע גזולה?
אה ס'הייבט זיך אן דוד46
האט אנגעהויבן עפענען אשכולס אראפ צו ריקן דע אשכול,
איך פארשטיי ס'באדערט דיך דאפרסט אבער נישט פארדעם אן חזרן דעם פארום
וויפיל געלט האט דער סענדזשארצער געגעבן?
וויפיל געלט האט הרב יעקב האניג געגעבן?
וויפיל געלט האט הרב ירמי' טייטלבוים געגעבן?
$250 דאס איז די פרייז וואס קהל בעט
דוד הרב ירמי' טייטלבוים'ס ווייב האט נעכטן געגעבן פאר קהל דעס געלט
דאס קענסטו איינרעדן דיין באבן.
הרב יעקב האניג האט נעכטן ביי די חתונה פארציילט אז חיים אליעזר גראס האט אים געקאלט, און ער האט נישט איבערגענומען דעם טעלעפאן,.
הרב ירמי' טייטלבוים האט זיי געענטפערט, אז ער האט שוין ארויסגענומען דעם רעסטאראנט פון ר' בערעלע קליין פאר'ן יחוד שטוב...
דאס קענסטו איין רעדן דיין באבן
דער פאקט איז
הרה"ג רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדארדזש וחתן רבי אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט נעכטן ביינאכט חתונה געמאכט זיין קינד אין זאל פון ברכה סימא האט באצאלט פאר קהל
דער פאקט איז אז הרב ירמי טייטלבוים'ס ווייב האט באצלט נעכטן פאר קהל
דער פאקט איז אז נאך 5 מענטשן וואס מאכן חתונה די טעג האבן שוין באצאלט פאר קהל
פארוואס נאר 5 מענטשן.
איך האלט אז כאטש 999 מענטשן האבן שוין באצאלט...
שאול פערלשטיין וואס אין תשס"א האט ער זיך גערופן: חברי הנהלת הקהילה און חבר הנהלת המוסדות
ווייסט גאנץ גוט, אז אין אלע דריי הזמנות (בשנת תשס"א) איז געשטאנען בפירוש: בדבר הקהילה והמוסדות...
אויף די ביידע סכסוכים זענען זיי זיך משתמט און זענען מסרבים לדין.
דערפאר זענען אלע חתונה זאלן, אפילו אין די בניני המוסדות בגניבה וגזילה. און ווער עס וויל מאכן חוזק פון שלחן ערוך קען זיך רואיג צושטעלן צו די משכילים און קראים. דאס איז ענקער עונש !
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
אבער די הלכה בלייבט פעלזן פעסט
אויב האט מען נישט קונה געווען מקום הייחוד פון די בעלים, איז קיין חופה כהלכה נישט געווען. אפשר וועט ענק די "בג"ץ" מתיר זיין....
לויט דעם איז דיין רבי'נס קידושין אויך מוטל בספק
ווייל ער האט מקדש געווען אויף א קרקע וואס די אראבער טענה'ן אז די ציונים האבן גע'גזל'ט פון זיי די מדינה
איך ווייס נישט צו דאס הייסט גניבה אדער גזילה. אבער איין זאך
איז זיכער, ס'קען זיין אז ס'באלאנגט פאר אונז על פי התורה הקדושה שלא תהא מוחלפת.
און אויף דער סמך מוז יעדער איינער באצאלען
למפרע פאר קהל.
פארוואס האט מען זיך יעצט דערמאנט פון די גאנצע גזולה, בשעת מען איז אפגעזיצען אין קאורט איז עס נישט אנגעגאנגען? דעמאלטס איז מען געווען פארנומען מיט סימן כ"ו, און אז מעו האט דאס געענדיגט דורכלערנען איז מען גלייך געשפרינגען צו סימן שמ"ח???
דאס האב איך פריער געשריבן:
שאול פערלשטיין וואס אין תשס"א האט ער זיך גערופן: חברי הנהלת הקהילה און חבר הנהלת המוסדות
ווייסט גאנץ גוט, אז אין אלע דריי הזמנות (בשנת תשס"א) איז געשטאנען בפירוש: בדבר הקהילה והמוסדות...
אויף די ביידע סכסוכים זענען זיי זיך משתמט און זענען מסרבים לדין.
דערפאר זענען אלע חתונה זאלן, אפילו אין די בניני המוסדות בגניבה וגזילה. און ווער עס וויל מאכן חוזק פון שלחן ערוך קען זיך רואיג צושטעלן צו די משכילים און קראים. דאס איז ענקער עונש !
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
אבער די הלכה בלייבט פעלזן פעסט
אויב האט מען נישט קונה געווען מקום הייחוד פון די בעלים, איז קיין חופה כהלכה נישט געווען. אפשר וועט ענק די "בג"ץ" מתיר זיין....
איצט צו דיין שאלה פארוואס מיר האבן זיך יעצט דערמאנט:
דער תירוץ איז. ווייל יעצט איז עס געווארן מער אקטועל.
1) ווייל. יעצט האבן די זאלונים דערקלערט געווינס. און דעם גרויסן נס. איז מען ענק מודיע: ניין איר זענט גנבים!
2) ווייל יעצט מאכט עטס פאלשע אומלעגאלע וואלען. איז מען ענק מודיע אז איר קענט גארנישט טאן עפ"י תורה. (עפ"י בג"ץ אפשר יא).
3) ווייל איר האט זיך גענומען זינגען א ניגון פון "קרקע גזולה". איז מען מגלה דעת פאר די גאנצע וועלט, איז אייערע מצות איז גניבה וגזילה. די חופה אויף אונזערע פראפערטיס איז קיין חופה נישט אן אונזער הסכמה.
4) דו וועסט מיר נישט איינטיילן, ווען איך זאל נוצן וועלכע טענות. איר דארף נישט ענקער פורים בית דין, מיר צו זאגן וואס מיינע טענות זענען, און ווען איך מעג מיך באנוצן מיט זיי.
רבי_יונה,
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
????????????????????
יארמער רב זאגט, אז ווער עס שלאפט אים גרויסן ביהמ"ד אין ראדני סטריט איז עס גזל שינה...
א בדחן האט אמאל אויסגערופן ביי א חתונה — וואו נישט יעדער ביי די כל הנערים האט באצאלט דעם דאלער... — אז ווער עס האט נישט באצאלט, טאנצט מיט א געגנבעטע כלה...
א בחור וואס האט בר מצוה געהאט מיט עטליכע יאר צוריק האט געפרעגט דעם גרויסן מאנראוער צדיק אזא שאלה: היות זיין טאטע האט געמאכט דעם ברוך שפטרנו אין די געגענבעטע שוהל אין ראדני, וויל ער וויסן אויב זיין טאטע בלייבט דערווייל מיט אלע עבירות וואס ער האט געטאן אין די יארן זייט די בר מצוה, ביז ווילאנג זיין טאטע וועט איבערמאכן די ברוך שפטרני אין א נישט–געגנבעטע שוהל?
האט דער גרויסער מאנראוער געזאגט, אז אויב באצאלט ער פףאר חיים לעזער גראס וועלן אלע עבירות בלייבן ביים בחור און דער טאטע וועט נישט ליידן...
דוד
דעיס איז דיין תירוץ אויף די גניבה?
בערל די ביסט א גרעסער פערד פין דוד
ווייל די ענפערסט אים
דאס צעטל וואס גייט ארום אין די אי-מעילס
[בילד – נישט אפגעהיט]
די זאלונים בלייבן מיט אן עם הארץ
די זאלונים בלייבן די לאכערס
אבער כלל ישראל פארט ווייטער, און די לאכערס קענען גיין מיט די משכילים, נעלאגן און קראים שבכל הדורות, זינט בריאת העולם האבן די ליצים און משכילים שטענדיג געלאכט פון אידן...
ווער האט געזיגט?
רבי יונה האסט אויבן פארגעסן די ליצנות פון הייליגן י''ב חלות
יעצט פארשטיי איך שוין יונה'לע פארוואס דו ביזט דער ערשטער וואס לאכט אפ פון יעדן ערליכן איד און פון יעדע הייליגע זאך!
ס'איז געווען א גרויסער רבי אין אמעריקע וואס האט געהייסן רבי יואל טייטלבוים (בעמח"ס ויואלמשה)
ס'איז געווען נאך איינער וואס האט זיך אויך גערופן מיט דעם זעלבן נאמען "יואל טייטלבוים"...
דער צווייטער מיט'ן זעלבן נאמען האט בשעתו פראבירט צו פאדרייען, מיט דעם רבינ'ס חתימה...
ס'האט אפשר געשאפן העד-עיקס פאר אפאר יונגלעך, אבער די אלגעמיינע גאס האט געלאכט און זיך גוט אונטערגעלאכט.
איצט, איז געווען א אסיפה פון די גרעסטע גדולים און אנערקענטע פוסקים אין גאנץ ניו יארק סטעיט.
און דא אויף היידפארק מאכן אפאר זיך אפאר דעפרעסטע זאלונים אביסל נאריש, מיט אן אומגעלונגענען פראווו.
הצד השוה שבהן, דער ציבור ווייסט דעם אמת, און לאכט א גוטס פון די דעפרעסטע אינעם הולכי בערכאות לאגער.
הוא הדבר אשר דיברת יונה'לע.
אבער כלל ישראל פארט ווייטער, און די לאכערס קענען גיין מיט די משכילים, נעלאגן און קראים שבכל הדורות, זינט בריאת העולם האבן די ליצים און משכילים שטענדיג געלאכט פון אידן...
נו ווער לאכט יעצט?...
גערעכט דוד
די משכילים האבן אייביג געטענהט
"לא איכפת ליה" סגייט זיי נישט אן וואס דער רבוש"ע הייסט
דו"ק ותמצא נחת
תוקן על ידי ביבער ב- 07/01/2008 2:09:08
ביבער
ֿ
אמאל זאגסטו גוט.
וואטש אז דיין רבי זאל דאס נישט זען ווייל דעמאלסט ביזטו א פארטיגער
מיין רבי האט נישט קיין לעפ טאפ
מען האט אים נישט אויסגעלערנט שפילן
סאלאט טעיר
עס איז דא א געהעריגע קאמפיוטער ביי אים אין שטוב.
פאריגע וואך איז דיין מאנראוער רביצין געווען מנחם אבל ביי די משפחה פון ר' בערל מאנדל ע"ה אין קרית יואל. האט זי געזאגט אז זי שיקט נישט קיין מענטשן אין אזעלכע מצבים צו א דאקטער ווייל עס איז שוין נישטא וואס צו טון.
האט זיך א פרוי אנגערופן אז דער אייבירשטער קען אלעמאל העלפן.
האט דיין מאנראוער רביצין זיך אנגערופן: איך האב שוין געסוירדזש אין די גאנצע אינטערנעט און כהאב נישט געטראפן קיין איינער וואס זאל ווערן געזונט פון דעם...
גראדע איז די רעביצען אין ארץ ישראל שוין
צוויי וואכן זי קומט אהיים מארגן פארטאגס
ווייל מען פארט אויף קאליפארניע
דוד ביי מיין רבי אין שטוב איז נישט דא
קיין לעפ טאפס
קיין בלעיק בעריס
קיין לעלולס
קיין מנוולים
לעפטאפס נישט: דעסקטאפס יא!
דוד ביי מיין רבי אין שטוב איז נישט דא
קיין לעפ טאפס
קיין בלעיק בעריס
קיין דעסק טאפס
קיין לעלולס
קיין מנוולים
אבער א ספרים שאנק איז יא דא
קוויטלעך איז דא
אסיפות הרבנים איז דא
האסט פארגעסן פונעם ידיעות אחרונות, מעריב, וכו'
האסט פארגעסן פין דעם ליגענט וואס די
האסט געבאקן אויף די סאטמארע רעבעצין
חסיד שוטה'
זי לייקענט עס בכלל נישט, זי זעט נישט איין אלס א פעלער צו לייענען די צייטונגען, און די ווילסט עס לייקענען...
זי ??????..
זי איז נישט דא
אין דוד סטאפ מיט ליגענטס
אין זי האט נישט קיין קאמפויטער
אין קיין בלעיק בערי ואכמ"ל
זי איז א בעל חסד
אין נישט קיין רושקע מיט א פרומען שפיצקע שפיצל
היינט ביי די ארבעט הער איך עטליכע זאליס רעדן צעווישן זיך און זייער פנים פלאמט פאר כעס, זיי שרייען, פליפ פלאפ, שוטה, צודרייטער, און נאך לשונות וואס איך וויל נישט איבער חזערן אויפן נעט
ווייל מען וועט מיך חוסם זיין פארן שרייבן ניוול, הפנים, איך שטיי און שמייכל צו מיר אליין, כדרכי בקודש, ווען די זאליס שפרינגען, גיט דאס מיר גרויס חיזוק, און איך ווארט צו פרעגן איינעם פון די זאליס וואס מיט עהם האב איך א היימישן שפראך, איך האב פשוט געוואלט וויסן וועלעכער אהרונישער רב האט זוכה געווען צו באקומען די דאזיגע טיטלן,
וואס מיינט איר?, די טיטלען האט באקומען נישט קיין אנדערער ווי ר' זלמן לייב פיליפ, אדער ווי דער זאלי האט עהם גערופן זלמן לייב פליפ פלאפ, פרעג איך מיין פריינט, מה פשעו ומה חטאתו?, איז דאס ווייל ער נישט געבן דעם היתר ערכאות פאר מענדל שוויממער?
ניין, זאגט ער, נאר דער פ..ד זלמן לייב איז אויפן קאפ געפאלן און שיקט זיינע מענטשן צו די אהרונים באצאלען פאר די חתונה זאלן, ומעשה שהי' כך הי', איינער פון זיינע נאנסטע מענטשן מאכט חתונה די אנדערע וואך אין ויואל משה, האט עהם זלמן לייב פיליפ געזאגט בסוד סודות אז ער זאל שיקן א שליח און באצאלן פאר די אהרונים ווייל ס'איז א ערענסטע שאלה, וואס? פרעגט ער עהם, איר מיינט דאס ערענסט? גיין באצאלן פאר די הולכי לערכאות? זאגט ער, יא!!! מיט דעם שפילט מען זיך נישט,
ס'איז א ערענסטע שאלה פון חדר גזולה, און דער פריינט מיינער לאזט ארויס א גאנצן הויפן מיט קללות נמרצות געצילט אקעגן זייער באליבטער חבר הבית דין, איך בייג מיך צו, צו מיין פריינט און רוים עהם אריין אין אויער, I FEEL YOUR PAIN,