היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מזל טוב!!! יאקאב'ס קלף האט א הכשר...

מזל טוב!!! יאקאב'ס קלף האט א הכשר...

7 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 10 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2338153

יוסקעלע » 30/12/2007 23:54

יאקאב'ס קלף האט באקומען אן עמטליכע השגחה פון ר' שמאי הכהן גראס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג.

וואס איז נעקסט פאר נחום? טשיקענס פון אורוגוויי?

bp11219 » 31/12/2007 07:57

לפי שיטת בית שמאי איז די אלטע קלף אויך געווען כשר, אויב אזוי איז דאך זיין הכשר מיוסד אויף דעם נאמנות פונ'ם מענטש נישט אויפן פראדוקט????
זענען די בית שמאי פערזענליך געווען אין "אלע" פאבריקען? און אויב יא, דארף דאך נעמען א שטיקעל צייט פון ווען מ'האט "אנגעהויבען" מיט השגחה תמידית ביז די קלף ווערט גרייט צום נוצען, אויב אזוי איז די קלף וואס איז "יעצט" דא אין די געשעפטען נאכנישט געמאכט געווארען מיט השגחה תמידית?
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן צו די בית שמאי וועלען שרייבען אז זיי זענען געווען אין "א ל ע" פאבריקען? (כינע, יאפאן, זיד אמעריקא, רוסלאנד, וכו').
אין יעדעןפאלס, ר' נחום, דו מאכסט א גוט שטיקעל ארבעט!!!

איש_מאנסי » 31/12/2007 16:12

"א גיט שטיקל ארבייט"????

אסאמא בין לאדין ימ"ש האט געמאכט סאך א בעסערע ארבייט פין דעמאלץ אן איז די בטחון אין אמריקה אין אין די גאנצע וועלט א סאך בעסער

נחום איז א שייגאץ בלי שום ספק

ווער עס גייט אוף אזא וועיג איז א שייגאץ -- וועים ער נעמט אראיין אין זאיין מאויל ווערט נעביך אינגיינצן צימאלן -- ער האט א גיטן פיסקל אין ער שנאייט אראיין רעכטץ אוף לינקץ --

מע קען טאקע נישט איגנארירן א טעראריסט -- אבער עס מיינט נישט אז עס איז א גירעכטע וועיג פין חרוב מאכין יידישע פרנסות וכו'

משנתחסידים » 31/12/2007 21:23

פון זיינע פסקים אין עלים זעט ער אויס א מוראדיגער קלארער פוסק אין ידען

שלוםשטוב » 1/1/2008 05:58

משנת
די מאכסט מיר דאס געלעכטער.
האסט אים אמאהל געהערט רעדען אין א זאך וואס די קענסט?
מקוה קלף, פיין, דער עולם הייבט נישט אהן צו וויסען דארט קיין כי הוא זה, ער קען איינרעדען דעם עולם אז מען דארף ווייקען די קלף אין מילעך עס צו מאכען ווייס און די עבירה פין יאקאב איז אז ער ניצט חלב עכו"ם, און עולם גולם וועט נישט וויסען צו לאכען.

הער פין אים דאס וואס די קענסט וועסטו שוין זעהן וואס מען רעדט דא וועגען.

דער ע"ה האט א חידוש, אז א סוכה פין א גוי איז פסול, די הערסט? פסול. פארוואס? אין שו"ע שטייט דאך בפירוש, אז סוכת גנב"ך איז כשר?
נאר זאגט ער א חידוש, אין שו"ע רעדט מען פין א גוי וואס איז מסכך לשם צל, משא"כ אויב דער גוי באקומט געלט, איז ער דאך מסכך לשם ממון, איז עס פסול.
ע"כ דברי נחום.

קאמענטערען זענען איבריג.
און טאמער איינער פארשטייט נישט וואס איז שלעכט מיט זיין חידוש, זאל טאקע זיך מתחבר זיין צו דעם גרויסען למדן און ת"ח הגאון העצום החריף ר' נחום ראזענבערג שליט"א.

משנתחסידים » 1/1/2008 18:34

שלום

איך שמועס פון הרב שמאי קהת גראס וואס שרייבט אין עלים לתרופה. נישט פון נחום ראזנבערג.

ווי שמועסט נחום ראזענבערג פון סוכה?

bp11219 » 3/1/2008 05:55

תכלית!
האט איינער געזעהן דעם "כתב הכשר" פון ר' שמאי גראס?
ביטע ארויפלייגען כדי די אלע משתתפים אינ'ם שיעור זאלען קענען זאגען א מיינונג.
א דאנק