היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חתונה בבית כ"ק אדמו"ר מניקלשברוג שליט"א

חתונה בבית כ"ק אדמו"ר מניקלשברוג שליט"א

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2336448
בלאט: 1 2

ביבער » 27/12/2007 02:31

היינט נאכט קימט פאר די גרויסע חתונה בבית כ"ק אדמו"ר מניקלשברוג שליט"א אין אטערים פלאזע  מאנסי

ווי יעדער ווייסט אוודאי איז ניקלשברוג רבי געווען ליידער געווען אויס געשטעלט פין אפאר

סאטמערע רשעים ביטערע רשעות אין רציחה קעגן אים אין זיינע קינדער ל"ע וואס איז לא יאמון כי יספור

כ"ק אדמו"ר מסאטמער שליט"א האט כמה פעמים געזאגט אז אויף דע ביטערע פרשה איז

נישט דא קיין תירוץ אפטיילען א טאטע פין קינדער אין נאך נאך וואס מען קען נישט ארויס ברענגען

אין טאקע דע מענטשען וואס האבן געהאלטען אז דער ניקלשברוג רב טאר נישט זיין קיין רבי

זיצען היינט ביי הגז"ל וואס רשעות איז שוין פין דארט ארויס געגאנגען לא בחנם הלך הזרזיר אצל הערב

ארגינעלער » 27/12/2007 03:15

ביבער, עט ליסט האט מען נישט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות, אזוי ווי די רוצחים אין וויען האבן געטאן.

_________________

ביבער » 27/12/2007 03:22

אריגינעלער די ביסט היינט געבויערן ?

דא רעדט נישט פין אריינלאזען קינדער אין חדר

דא רעדט מען פין צי כאפן זיינע  קינדער אויף יארןאן קיין שום סיבה שבעולם

פינקט  אזוי די נאציס האבן געטאן

איך זאג נישט להבדיל ווייל די נאציס זענען אויך געווען רוצחים

ארגינעלער » 27/12/2007 07:39

איך האב געמיינט צו זאגן אז די רוצחים אין וויען וואלטן אזוי געדארפט טאן, ווי ענדערש צאפן דאס בלוט פון די אומשולדיגע קינדער.

_________________

הצלה_חברה » 27/12/2007 08:08

די חתונה איז הערליך א שיינער עולם חסידים ער האט געוואונען דעם קאמף עפטער אלל

שורשנגח » 27/12/2007 09:09

ביבער די מאכסט א שטיקעל קאווער אפ

די מענטשען דארפען אריין גיין לחרפון ולדראון עולם פאר זייער טייוועלנישע מעשים

די מענשען זענען א טייל פין משפחת לויפער( וואס אין הכי טאקע זיי גייען נאך געלט פאר פעטאטאס

אין אימגעוואשנע אייער פאר פסח נעמט דאס נישט אוועק פין זייער רציחה וואס זיי האבן אפגעטאן)

אין דער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ש. פריעד וואס זיינע שמוציגע מעשים איז איבעריג

ארויס צי ברענגען פאבראצירט קעגן אזא א איידעלן מענטעש בלויז שקרים פלעין ווייל זיי האבן אים

נישט פארגינען אין צי דעם שדים טאנץ האט זיך צי געשטלעט מיט אלע הידרים אינזער

באליבטער דער דייען וואס האט אויך געשריבען שמוץ בריוון ווען מען נישט געדארפעט

אלעס פאר אפאר שמוצגע דאלער פאר קויפט ער זיך די נשמה פארן שטן

אין ווי גוט האטסו געשריבען אז די מענטשען זענען היינט א טייל פינעם הגז"ל פארטיי

ווייל ביידע האבן געטרייעט אוועק צי נעמען טאטעס פין די קינדער אין ביידע זענען בלאפערס

ענבי הטשטוועקען וענבי הראזינקע

חייםחייקל » 27/12/2007 12:03

דער גרעסטער לוזער איז חיים יושע וואס נאך עד היום הזה (ולא עד בכלל) נאך געטרייט צו שפילען פאליטיק און זיך געמאכט אשר לא ידע את יוסף, און ביי די חתונה איז ער געקומען צולויפן מיט אלע פיר (צוויי גבאים) אבער דער ניקלשבורגער כדרכו האט אים שטארק מקרב געווען.

ווי עס האט מיר איינער דערציילט אז ביי די תנאים איז חיים יושע געקומען אויף ניקלשבורג דאס ערשטע מאל זינט ער איז געווארן רב אין מאנסי, און דער ניקלשבורגער האט אים געזאגט "א גריס אייך פין אייער שווער" האט אים חיים יושע געזאגט "דער שווער איז שוין בעולם העליון" האט אים דער ניקלשבורגער גענטפערט "פאר 9 יאר צוריק ווען איך בין געווען ביי דיין שווער האט ער מיר געשיקט א גריס פאר אייך, נאר ס'האט גענומען 9 יאר ביז איך האב אייך געטראפען"

שורשנגח » 27/12/2007 18:04

ר' חיים יושע איז בכלל נישט קיין לאזער פינקט פארקערט ער טיט זייער גוט אז ער גייט היינט צי אים
אין דעס  וואס ער איז נישט געגאנגען אלע יארן צי אים איז ווייל סזענען געווען רשעים
וואס האבן געצאפעט יעדנס בליט אז מען איז געגאנגען צי אים
א לאזער איז דער וואס האלט אן די מחלוקה אין גייט היינט נישט צי אים
ר' חיים יושע ממנו ילמדו וכן יעשו

קיינעהארע » 28/12/2007 03:27

איך האב אמאל געארבעט ביי א. לויפער און איך האב געטראפען זעק מיט כתבים וואס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט, איך פלעיג דורכנישטערן די אלע חידושים און בריווען איך האב געמיינט אז דאס האט מען געברענגט צו דריקען די ספרים, עס איז מיר אבער געווען זייער אויפאלענד אז ער פלעגט דאס אייביג באהאלטן, ביז ער האט מיר איימאל פארטרויעט אז דאס איז כתבים פון ר' מיכל'ע לעבאוויטש, און ווען איך האב אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער מיך אוועק געשיקט.
האב איך דעמאלטס אנערקענט דאס רשעות וואס נישט נאר מען האט פין אים אוועק גענומען זיינע קינדער נאר אפילו זיינע חידושים וואס וואלט באלאכטן די וועלט, ווי חידושים אויפן "צפנת פענח" "תולדות" "נוצר חסד" וכדומה, ווי אויך אויף ספרי קבלה.
און זייט דעמאלטס האב איך בייקומען שטארקע געפילן צי דעם איד וואס האט נישט געענטפערט קיין ווארט אויף די אלע וואס האבן אים גערודפט, און איך גיי צו אים רעגלמעסיג מיט א קבוצה יונגעלייט וואס זיכן חיזוק אין תורה ויראת שמים.
וואלט שוין געווען צייט אז די אלע וואס האבן זיך אנגענומען פאר זיינע רודפים זאלן ארויסקומען בריש גלוי און זיך נישט שעמען חוזר צו זיין ברבים, ווייל ביחידות זענען זיי אלע מודה אז זיי ווייסן נישט וואס מען האט געוואלט פין אים, נאר דער ווינט האט דעמאלטס אזוי געבלאזען, אלוקים יבקש את הנרדף.

חייםחייקל » 28/12/2007 04:06

האט אים נישט רז"ל אויפגענומען ??

אפילו דער ראב"ד האט אים אויך אויפגענומען

און אפיציעל הייסט דאך אז עס איז דא א שלום נאכדעם וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אים אויפגענומען בביתו נאוה קודש, עס איז דא באוויסטע בילדער פין דעים

Ziskeit » 28/12/2007 05:26

ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי די זאכן גייען, וויאזוי א ווינט גיט פלוצלינג א נעם ארום דעם עולם אז מען האט געטאן א ראנג זאך, און חרטה געפילן נעמען ארום יעדן איינעם.

איין אנדערע פלאץ וואו מען קען עס זען איז ביי פרעזידענט דזשעראלד פארד, וואס דאס לאנד האט אים שרעקליך פיינט געהאט פאר'ן פארדאנען דעם פריערדיגן פרעזידענט ניקסאן, אבער היינט ווען מען טראכט צוריק זעט יעדער איינער וואספארא פיינע זאך פארד האט געטאן, מיט'ן ברענגען א סוף צו דעם פאליטישן קריזיס, און מיט'ן זיכער מאכן אז אמעריקע זאל נישט ליידן די בושות פון האבן אן ארעסטירטן פרעזידענט.

_________________

שורשנגח » 28/12/2007 07:15

זיסקייט סאיז גארינשט קיין ווינטן סאיז א בפירושע משנה
מחלקות שאינה לשם שמים אינה סופה להתקיים נאכדער צי ווען סאיז בלויז לקנתר
ר' נתן יועסף מייעלס ע"ה האט מורא געהאט אז זיין הוט וועט ווערן א טראפ שמעלער
וואס בדרך אגב איז ר' נתן יוסעף געווען מוראדיג באליבעט ביי די בחורים
ווער סגלייבעט מיר נישט קען פרעגן יעדן איינעם וואס האט געלערנעט איו כ' ל'
יארן אין ישיבה האט זייער מורא געהאט אז ניקלשברוג רבי  וועט ציכאפן
אפאר פין זיינע בחורים איו צי דעם איז ליידער מיט געשטאנען דער דיין מיט ר' לייביש לייזער שליט"א
איך ווען ענדיגען בכי טוב ר' נתן יועסף האט געהאט אמאל געזאגט אויף דעם ניקלשברוג רבי 
אז אזוי האט זיך אנגעהויבען כת ש"ץ (עפ"ל )
סוף ימיו האט ר' נתן יועסף זיך געצויגען קיין מאנסי  אין ער האט שלום געמאכט מיט ניקלשברוג רבי 
איז אבער אויס געקומען אז ביידע שולן האבן זיך געפעסעט פין די בעק יארד
אין ווי פאר שטייט זיך אליינס איז ביים  ניקלשברוג רבי  איז דא  א הלוך ילך א געפאקט שול
אין ביי ר' נתן יועסף איז ליידיג  גייט ער אייביג שנארן מנין פין ניקלשברוג רבי   וואס ער שענקט
אייביג מיט הארציגען שמייכעל אן קיין טראפ שווער הארץ
האט איינער אמאל געזאגט יא יא אזוי ווי ניקלשברוג רבי  האט זיך כת ש"ץ אנגעהויבען
אין אזוי ווי ר' נתן יועסף האט זיך כת ש"ץ גענדיגעט

דערסיגעטער » 28/12/2007 07:17

ר' מיכל איז א עכטער קרבן געווען פין אפאר פארווייטאגטע נשמות מען האט אים געצאפט זיין בלוט אוועקגענומען זיין ווייב אין קינדער פין אים , אין ער האט זיך געשטארקט אין נישט אויפגעגעבן אין לשיטתי האט ער געוואונען ,

_________________

שורשנגח » 28/12/2007 07:22

ר' מיכל איז א עכטער קרבן געווען פין אפאר פארווייטאגטע נשמות ???????????
דעס הייסט א קרבל עולה פין רשעים אכזרים מענטשען פרעסער
הייסען קינדער אויף טרעטן אין קארט קעגן א אייגענם טאטן מיט בלוט בלובלים
דעס הייסט נישט אפאר פארווייטאגטע נשמות אין מיין לעקיסקאן

שורשנגח » 28/12/2007 07:30

מען דארף וויסען אז דער מענטש וואס האט דעם ניקלשברוג רבי געצאפעט דאס בלוט
גייט נאך געלט פאר פסח  דארף מען וויסען די הענט איז רויטע הענט דמיו בו
ווער סהאט ליידער מיט געהאלטן מיט דעם שדים טאנץ דארף זיך רייסען די קליידער אויף פעדמער
חרוב געמעכט א גאנצע שטוב במלוא מובן המילה ואכמ"ל

יענקעלע11 » 28/12/2007 16:40

איך ליין דא די שטותים און הבלים וואס אומוויסענדיגע מענטשן
שרייבן דא בלויז מיט פילינגס און נישט מיט קיין פאקטן,
מען מישט צוזאם דאס וואס מען האט עם מרחק געווען וואס
איז אגב געטוהן געווארן בעידודו און בהסכמת רבינו הקוה"ט
בעל דברי יואל זי"ע, דאס מישט מען צוזאם  מיט די עינויים אכזרים וואס
מען האט נעבעך געפאניקט דעם מענטש און עהם צו גענומען די קינדער
אויף א אכזריותדיגן אופן,

דאס איז צוויי באזונדערע פרשיות וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות,
שאל אביך ויגדך, דער ניקלשבורגער רבי שליט"א, איז געווען אלץ אינגערמאן
א גאר קאנטראווערשאל פערזאן, ער האט אנגעפירט א חבורה וואס
איז געווען אזא קאלט במלא מובן המלה, מיט התבודדות, און מיט ווידויים
אויף די חטאים, דרכים אשר לא ראו ולא שיערום אבותינו,
ער האט אנגעפירט זיין חבורה אויף א מאדנעם גאנג,
און ווען טאטעס זענען געווארן אויפגעברויזט און האבן פארבאטן פאר
זייערע קינדער זיך אנצוהענגען אין עהם, האט ער געהעצט
די בחורים נישט צו פאלגן זייערע עלטערן, און דאס האט אויפגעטרייסלט
יעדען היימישן סאטמארער חסיד, ובפרט נאך עפעס א ביטערן אומגליק,
והדברים ידועים, און איך וויל נישט אין דעם מאריך זיין, אבער יעדער האט דאס דאן געוויסט,
און רבי נתן יוסף ז"ל, האט זייער ריכטיג געהאנדעלט ביי די פרשה,

ווידער ביי די פרשה פון שמואל פריעד וואס האט בשאט נפש צובראכן זיין
שלום בית, און געהעצט זיין (געוועזענע) ווייב און זיינע קינדער, דאס איז
געווען בלי שום ספק א אכזריות נוראה שאין לה דוגמתה, און נאר אדאנק דעם
שטארקן כאראקטער פון דעם ניקעלשבורגער רבין האט ער דאס געקענט
אדורך טראגן, (אגב, איך האב געהערט פון ניקעלשבורגער רבי שליט"א אז
ער איז מכיר טובה פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, (קרית יואל'ער רב,
בשעת ער האט דאס געזאגט) וואס האט עם צוריק געברענגט די קינדער,
און איז געווען אינסטראמענטל אין דעם אז זיינע קינדער האבן שלום געמאכט
מיט עהם,

אבער ווי געזאגט, די צוויי פרשיות האבן בכלל נישט קיין שייכות, נישט די וועלט
האט זיך געטוישט, און קיינער פילט נישט קיין חרטה, רבי מיכל האט זיך געטוישט,
ער איז געווארן פון א קאלט אנפירער, פון איינעם וואס האט פראבירט גרעסער
צו מאכן זיין חבורה מיט העצן קינדער נישט צו פאלגן זייערע עלטערן, צו זיין א
בועט באביו וברבו, און דאס האט מען ב"ה אפגעשטעלט, היינט צוטאג איז ער
א רבי און א משפיע ווי אלע אנדערע רבי'ס, און ער מיט זיינע מעכטיגע
קוואליפיקאציעס איז זייער סוקסעספול, ער איז א גרויסער תלמוד חכם,
א גיטער רעדנער, א בעל מנגן נפלא, ער ציט צו זיך חסידים, און האט א שיינע
רביסטעווע, און א שיינע צאל חסידים וואס זענען זיך מסתופף בצל קורתו,
און שעפן ביי עהם אסאך רוחניות'דיגע תענוג ונחת, ונהנים ממנו עצה ותושי',

מנהלרוחני » 28/12/2007 17:11


עפעס בילדער פון די חתונה איז דא?





תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 28/12/2007 17:12:24

שורשנגח » 28/12/2007 17:39

יעקעלע זיימוחל  גיי אןיף סעמרינג אין רי דיך גוט אויס

ר' נתן יוסף האט קיין תורה נישט בטעות  געמיינעט דעם שמי השם איז געווען  לא נדעתי
אין וואס ער האט פארקויפט בשם דעם רבי'ן איז לית מאן דפליג
האט נישט קיין נאמנות די אלע מעשיות וואס די זאגטס וועגן א קאלט וכו.איז שו ושוא
נישט געשטויגען אין געפלויגען אלעס קומט פין אפאר אים פארגינערס
קוק אן די אלע וואס האבן געהאט טענות צי אים ווי זיי זענען אנגעקומען טייל צי הגז"ל
אין א טייל האב זיך געמאכט אייגענע רביסטווע
אין זיי מוחל גיי רעדט צי די אלע מענטשען וואס האבן זיך דארטן געדרייעט ביים ניקלשברוג רבי
זיי וועלן דיך אנקוקן נארוואס אראפ געקומען פון די לבנה

רבי_יונה » 28/12/2007 17:45

שור שנגח, איך זע אויף יאנקעלע11 אז עטליסט איין מענטש גלייבט נאך איין ווארט פון מתי שוא... נעבעך

_________________

יענקעלע11 » 28/12/2007 18:02

שור און רבי יונה,
(איך האף אז דו ביזט נישט רבי יונה פיליפ ז"ל, ווייל ער האט גאנץ גיט געוויסט
וואס איך שרייב, ווען ער האט זיך אויפגעגעסן אז זיין זלמן לייב איז אריין
געכאפט געווארן אין די כנופי'),

על כל פנים, איר זענט ראצערלעך, אפרוחים שלא נפתחו עיניכם,
מיר דארף מען נישט, און מען קען מיר נישט איינרעדן,
איך שרייב דא פאקטן, אמתע פאקטן, פרעגט נאר אייערע עלטערן
וואס האבן געלערנט אין די ישיבה יענע צייטן,
בחורים פלעגן אויף זיין נעכט ביי מעכל,
זיך מתוודה זיין פאר עהם, פונקטליך מיט אלע פרטים,
ביודעי ומכירי קא-אמינא, איך שרייב נישט אין די וועלט אריין,
איך דארף נישט קיין מתי שוא וואס איז רובו שקרים,
איך שרייב נאר קלארע פאקטן וואס יעדער בחור האט געוויסט,
און לייקענען וועט דא נישט העלפן,
היינט צוטאג איז רבי מעכל א רבי ווי אלע רביס,
און ער איז בארעכטיגט דערצו,
ער האט די כשרונות,
און נוצט דאס אויס ווי עס דארף צו זיין,
איך אליין גיי צו זיינע טישן, (ווען ער קומט קיין בארא פארק)
איך בין פערזענדליך א נאנטער ידיד מיט עהם,
סא, פארקויפט מיר נישט קיין באבקעס,
צווינגט מיך נישט צו שרייבן דעם נאמען (אין ר"ת) פון דעם
אומגליק וואס האט פאסירט, וואס האט אויפגעשוידערט
יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש, וואס איז געווען
אויסדריקליך א רעזולטאט פון זיינע נייע אויפגעקומענע דרכים.

יענקעלע11 » 30/12/2007 17:48

אופפפססססס, א שור שנגח פראסק אויף די רעכטע באק,
און א קיינעהארע פראסק אויף די לינקע באק,
אבער...  די פאקטן טוישן זיך נישט,
גלייבט מיר איר האט נישט מער ליב רבי מעכל ווי איך האב עהם,
איך בין א פערזענדליכער נאנטער ידיד מיט עהם,
איך גיי צו עהם און ער איז אפילו געווען ביי מיר אינדערהיים אויף א וואך נאכט,
אבער פאקט בלייבט פאקט, ער איז היינט שוין נישט מער קיין נשמות כאפער,
ער האט זיך געטוישט, און ער איז א נארמאלער רבי,

איך בין דעם שבת צו געגאנגען צו עטליכע אידן אין די מיד פיפטיס,
און מיך פונקטליך נאכגעפרעגט, איך האב חושד געווען אז מיין טאטע זאל זיין געזינט
איז חלילה עובר אויף "אין אדם מוריש שקר לבניו" האב איך פשוט געוואלט הערן
פון אנדערע אויך, און כולם בפה אחד ווייסן און זאגן אז דער רבי זי"ע איז זייער שארף
געווען אקעגן מעכל'ס חבורה, איך פרעג ר'...  (איך האף אז ער ליינט נישט היידפארק, ווייל
אז יא, ווייסט ער גלייך מיין איידענדיטי) זאגטס נאר, געדענקט איר רבי מעכל לעבאוויטש
פון די ישיבה?, גיט ער מיר א שמייכל, אין זאגט אז יעדער אין מיין עידזש וואס האט געלערענט
אין סאטמאר געדענקט מעכלען פון די ישיבה, פרעג איך עהם זענט איר אויך געווען א
מעכעליסט? ווערט ער זייער ערענסט און זאגט מיר אז שוין 37 יאר איז ער נישט געווען
ביי רבי מעכל, און דערציילט מיר, אז ער איז געווען א בחור'ל און מען האט עהם אריין געשלעפט
צו מעכל וואס איז שוין דאן געווען א אינגערמאן, ער איז זייער ענציגט  געווארן פון זיין דימינער,
פון זיין קאריזמע, ער האט זיך תיכף אנגעקלעבט אין עהם, ער דערציילט מיר ווייטער,
ס'איז געווען מיינע שענסטע טעג אין די ישיבה, ער האט פשוט אריין געברענגט א חיות אין די
בחורים, דאס זיך נישט אפווישן נאך די מקוה כדי די מים הטהורים פון די מקוה זאל בלייבן,
די לשם יחוד'ס פארן דאווענען, דאס לערנען אין ספרים דעם חומר העוון..., די שיינע הארציגע
ניגונים ביי די צוזאם קומען, די ווידויים, מען האט פשוט מורא געהאט צו זינדיגן, אבער אלעס איז
געווען בסוד גמור, די עלטערן זאלן חלילה נישט געוואר ווערן, און ווען זיין טאטע האט זיך פון
דעם דערוויסט איז ער אויף געשפרינגען און עהם אריין געשלעפט צום רבין זי"ע, און גיסט זיך
אויס דאס הארץ פארן רבין אז זיין בחור גייט צו מעכל, דער רבי גיט מיר א גלעט און פרעגט מיך
זאג נאר וואס זעהסטו ביי מעכל, און איך בתמימות ענטפער דעם רבין פונקטליך דעם גאנצן
הלוך ילך, וואס מען לערנט, וואס מען זאגט, און וואס מען שמועסט מיט רבי מעכל, איך בין
זיכער געווען אז דער רבי וועט מיר רעכט געבן, אבער דער רבי ענטפערט, הער מיך גיט צו
דאס איז נישט פאר קיין בחורים, בחורים דארפן זיצן אין לערנען, לאז דיך אפ פון די חבורה,
און דער רבי גיט א שטעל אויף און זאגט מיר זייער שטרענג, "איך אסער די איבער צו טרעטן
זיין שוועל" איך וויל נישט אז קיין איינער פון מיינע בחורים זאלן זיין ביי עהם, דאס איז א
געוואלדיגע סכנה,

וואס זאל איך דיר זאגן, זאגט ער מיר ווייטער, דא דאזיגע ווערטער קלינגען נאך אין מיינע אויערן,
גלייב מיר אז נאך היינט בענק איך מיך נאך די גיטע צייטן, און איך שלאג מיך כסדר מיט
די דעה, זאל איך גיין צו עהם, דער רבי האט דאך געזאגט אז "בחורים" זאלן נישט גיין
צו עהם און איך בין דאך שוין נישט קיין בחור, אבער מיר האט דאך דער רבי זי"ע
קלאר געזאגט "איך אסער דיר אריבער צו טרעטן זיין שוועל" און דער איסור איז דאך
בתוקפו, און איך האלט מיך צוריק צו גיין צו עהם, פרעג איך עהם, וואס טיט זיך מיט
שידוכים, זיי האבן דאך געטון די שענסטע שידוכים, זאגט ער מיר, זיי נישט קיין נער
רובא דרובא פון זיינע אנהענגער זענען געווען די בעסטע בחורים פון די ישיבה,
דאס סמעטענע (כלשונו), פון די מובחרים פון די ישיבה, אבער כמעט יעדער האט
געדארפט אריין צום רבין צו זאגן בכל חומר הדין אז זיי וועלן זיך אפלאזן פון עהם, און נאר
אזוי איז דער שידוך געווארן, ער טראגט מיך צו צו איינעם פון די חשובסטע אידן ביי אונז אין
53 און זאגגט עהם י... דערצייל עהם נאר וויאזוי ס'איז צו געגאנגען דיין שידוך בנוגע מיכל,
דערציילט ער מיר אז זיין שווער איז זיך געווען שואל עצה זיין מיט רבין זי"ע וועגן דעם שידוך, אבער
ער האט מורא געהאט ווייל מען זאגט אז ער איז א מעכעליסט, זאגט עהם דער רבי, קים צוריק אין
דריי טאג וועל איך דיר ענטפערן, דער רבי לאזט מיך רופן און פרעגט מיך צו איך גיי צו מעכל,
נו, איך האב דאך נישט געקענט לייקענען, ענטפער איך אזא שטילן יא, הייבט דער רבי אן
צו שרייען אויף מיר, ווייסטו דען נישט אז איך לאז נישט גיין צו עהם?, איך האב אנגעהויבן 
צו ציטערן, מיינע ציין איז געווארן דא לדא נקשן, איך האב אנגעהויבן שטארק צו וויינען, 
הייבט מיך דער רבי אן צו גלעטן און זאגט מיר, זאג מיר  צו אז מער וועסטו צו עהם נישט
גיין, און איך האב צוגעזאגט פארן רבין, און ארויס געגאנגען פון דארט זייער דערביטערט, 
אבער ביז אפאר טאג בין איך געוואר געווארן וואס דאס האט באדייט, און איך בין בשעטו"מ 
געווארן א חתן, 

קינדערלעך זיסע, מעגליך אז דער רבי זי"ע האט אויך געליינט דעם מתי שוא, און איז נשפע
געווארן פון די לויפערס, און אז רבי נתן יוסף ז"ל האט עהם פארדרייט דעם קאפ, אבער פון
אייער שרייבן זעה איך קלאר אז נישט נאר האט איר נישט געקענט דעם רבי'ן זי"ע, נאר איר
באגרייפט גארנישט וואס פאר א רבי'ן מיר האבן געהאט, דער רבי איז געווען דער חכם עדיף
מנביא, ווען דער רבי זי"ע האט געזאגט ביי די פתיחה זומער תשכ"ו, אז ווער עס זאגט אז
מען נארט עהם אויס, זאל וויסן אז ס'איז שטותים והבלים און ער איז עהם נישט מוחל בזה 
ובבא, האט ער דאס ערענסט געמיינט, מען האט דעם רבי'ן געקענט אפנארן אויף א טאג
צו אויף עטליכע טעג, אבער תיכף איז דער אמת ארויף געשווימען און אך און ויי איז געווען פאר
די שקרנים, קיינמאל האט נישט אנגעהאלטן א אקציע וואס דער רבי האט געטוהן אדער געזאגט
וואס איז געווען מיסודו א פועל יוצא פון א שקר וואס מען האט פארקויפט פארן רבין, לענגער
ווי אפאר טאג, דער רבי איז אייביג געווען בצלילות דעתו און א מעורב בין הבריות, מען איז געקומען
צו עהם זיך דורעכשמועסן מיט עהם אלעס, און ס'האט קיינמאל נישט צו לאנג גענומען ער
זאל געוואויר ווערן דעם ריינעם אמת,סא, צו זאגן אז מען האט געהעצט דעם רבי'ן אין די
מעכל פרשה איז אבסורד,

דא דארף קלאר ארויס געברענגט ווערן אז דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געהאקט אויף
רבי מעכל פערזענדליך, ער איז איז נאר זייער שטארק געעוען א קעגן א חבורה וואס איז געווען אן
א קאנטראל, א חבורה וואס מיסודו איז דאס געווען אז מען זאל זיך פירן אויף די אייגענע האנד,
אקעגן די הנהלת הישיבה, אקעגן די עלטערן, דאס האט דער רבי געזען פאר א חורבן,
ס'איז ידוע אז אין סאטמאר איז אנדערש וי אלע אנדערע חסידות, אין סאטמאר וועט איר הערן
וי איינער חזנ'ט זיך ביים עמוד "מלכותך ראו בניך, בוקע ים לפני משה"  און די אנדער וואך
זאגט דער בעל תפלה, "מלכותך ה' אלוקינו ראו בניך, בוקע ים לפני משה", איינער זאגט 
"ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים" און דער צווייטער זאגט "ותחזנה עינינו "במהרה" בשובך
לציון ברחמים", דער זאגט "חנינו וענינו ושמע תפלתינו" און דער צווייטער זאגן "חנינו וענינו 
ושמע "קול" תפלתינו", איינער זאגט, כי לישועתך קוינו כל היום, ברוך אתה..."  און דער צווייטער
זאגט "כי לישועתך קוינו כל היום ומצפים לישועה" און דער דריטער זאגט גאר "כי לישועתך
קוינו כל היום ומצפים תמיד לישועה", פראבירט דאס נאר חלילה צו טוהן אין בעלז, סקווער,
צו אין וויזניץ, חלילה אנדערשט צו זאגן ווי דער רבי זאגט, כאפט איר גלייך א פליק אז איר פליט אוועק
פונעם עמוד  כל זמן שהנשמה באפך, אבער לא הרי חסידות סאטמאר כהרי אנדערע חסידות'ער,
אין סאטמאר ווען מען האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע בפרט נאך די קריג וויאזוי מען זאל זיך
פירן, איז אלץ געווען דער ענטפער, פרעג דיך נאך וויאזוי דיין טאטע האט זיך געפירט און אזוי
זאלסטו דיך פירן, דער אל תיטוש תורת אמיך איז געווען ביים רבי'ן זייער הייליג, און ביי מיכל איז
געווען דער יסוד, נייע וועגן און נייע דרכים, דרכים אשר לא ראו ולא שיערו אבותינו, און דאס האט
דער רבי בשום אופן נישט געלאזט, בכלל אויב איז סיי וואס געווען נגד די הנהלה האט ער דאס
פארשריגן זייער שטארק, ער האט דאס געלאזט נאר אויב מען איז זיך געקומען דורכרעדן
און דורכשמועסן, אויב האט מען סיי וואס געטוהן על דעת עצמם, איז דאס שוין געווען גענוג דאס
צו באקעמפן,

איר קענט ווייטער שרייען און מעלה גירה זיין אז מען זאגט נאך שקרים אין רבינס נאמען,
אבער דאס איז דער גרעסטער זילזול אינעם רבי'ן זי"ע, קיינעהארע "האט אליינס" געהערט
פון רבי נתן יוסף ז"ל אז אלעס איז ליגענט מתחילתו ועד סופו, און אז מען האט עהם "נישט 
פארשטאנען", אוי ביסטו קיינעהארע א שקרן וכזבן, אדרבה לאמיך הערן וואס איז "ליגענט"
און וואס האט מען עהן "נישט פארשטאנען", זיי מסביר פארן עולם, אפשר וועלן מיר היינט צו
טאג יא פארשטיין, זיי מיר מסביר פארוואס איז מעכל געבליבן מיט קוים א מנין אינגעלייט וואס
ממש אלע זענען געווען צוקריגט מיט די עלטערן בו בזמן ווען בחורים האט ער געהאט גאנץ
א שיינעם עולם, הא?, נאר כפי שכתבתי, די אלע בחורים האבן געמיזט הייליג צוזאגן זיך
אפ צולאזן פון עהם, און נאר אזוי האבן זיי געקענט א שידוך טוהן, און נאר ממש געציילטע
יחידים האבן אנגעפיפן און ווייטער געבליבן ביי עהם,

ביז, ביז ער האט איינגעזעהן, אז לא זו הדרך, מען קען נישט כאפן קיין נשמות, האט ער
אנגעפאנגען מיט א נארמאלן דרך און זיך געבויט זיי חסידות צוביסלעך, און מיט זיינע
קוואליפיקציעס האט ער זיך זייער שיין ארויף געבויט, ער איז א מגיד נפלא, זיינע שלש סעודות
תורות זענען הפלא ופלא, זיינע הארציגע ניגונים כאפן פשוט די מענטשן, און דאס איז היינט
זיין הצלחה, נאכאמאל, "ער" האט זיך געטוישט און נישט מען האט חרטה אויף וואס מען האט
דעמאלטס געטוהן ווייל דעם רבינס א ווארט איז א ניצחי, און מען האט אויף דעם נישט חרטה.

אבער דאס נעמט נישט אוועק דאס אכזריות וואס מען האט געטוהן מיט דעם איד, ווען אפאר
מושחתים ונוכלים האבן עהם נעבעך געצאפט דאס בלוט, צובראכן זיין משפחה, און דאן
האט מען געזען זיין גדלות, בו בזמן ווען די מושחתים האבן עהם שופך דם געווען כמים, איז
ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, והוא שעמדה לו, די נוכלים מושחתים קיקט
יעדער היינט אראפ, און אויף כ"ק אדמו"ר מניקעלשבורג שליט"א קיקט יעדער מיט עהרע.

נ.ב.  קיינעהארע, איך מיז מודה זיין אז איך בין זייער ענציגט און איבער גענומען פון די שיינע טיטלען
וואס גרויסע אידן האבן געשריבן אויף רבי מעכל, כמעט אזוי ווי ענציגט איך בין פון די טיטלען
וואס ר' משהעלע וויזניצער האט באקומען פונעם רבין דעם בעל דברי יואל זי"ע
ביים מזל טוב לכבוד דעם שידוך מיט אונזער רבי'ן שליט"א, און כמעט ווי ביי די טיטלען וואס ירושלים'ער רב שליט"א האט געשריבן ביים ברכת השנה פאר א יאר פארן ראש הגאזלונים
דער הגז"ל בכבודו ובעצמו,

איך האב געשריבן זייער בקיצור,
איך האף מיט דעם מסיים צו זיין די אישוי, איך ווייס אז מתוך שבחו בא לידי גנותו, און דאס
איז בכלל נישט געווען מיין כוונה, אבער והאמת עד לעצמו, ווען מען קומט מיט שקרים
וכזבים האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן,

חייםחייקל » 30/12/2007 19:23

איך האב הנאה צו הערן אז מען האט דעים רבי'ן זי"ע נישט געקענט איינרעדן, אפשר געדעקסטו אויך די העצעריי וואס מען האט געהעצט דעם רבי'ן זי"ע אויף ירושלים'ער רב רבי משה ארי' פריינד זצ"ל און אז דער רבי זי"ע האט געשריגען אויף אים אז ער האט אים נישט געשיקט קיין ירושלים צו פירען טיש נאר צו פירן די ישיבה.

עס קען זיין אז ס'איז אמת וואס די זאגסט, די אידן לעבן נאך היינט און מ'קען זיי פרעיגן, איך ווייס נאר נישט וויפיל אידן פין 53 זענען געגאנגען צו מעכל'ן? און אויב וואלט דאס געווען אמת וואלט יעדער געוויסט דערפין.

אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך אידן וואס זענען אלץ בחור געגאגען צו אים, ביי אינז אין ביהמ"ד לערנט פאהר א שיעור יעדע נאכט איינער וואס האט זיך אלץ בחור געדרייט ביי אים, און נאכדעים געווארן פין זיינע שונאים - וויל מען האט אים געפייניגט, ער רעדט אסאך דערוועגן ווי אזוי ער בענגט זיך צוריק יענע יארען, און ווי אזוי מען האט אים געהעצט און אפילו צוגעזאגט געלט אז ער זאל שרייבען קעיגן מעכל, און קיינמאל נישט געזאגט דאס אז דער רבי זי"ע איז געווען אזוי דערגעיגן.

עפעס שטימט נישט מיט דיינע "פאקטען"

חייםחייקל » 30/12/2007 19:27

איך האב הנאה צו הערן אז מען האט דעים רבי'ן זי"ע נישט געקענט איינרעדן, אפשר געדעקסטו אויך די העצעריי וואס מען האט געהעצט דעם רבי'ן זי"ע אויף ירושלים'ער רב רבי משה ארי' פריינד זצ"ל און אז דער רבי זי"ע האט געשריגען אויף אים אז ער האט אים נישט געשיקט קיין ירושלים צו פירען טיש נאר צו פירן די ישיבה.

עס קען זיין אז ס'איז אמת וואס די זאגסט, די אידן לעבן נאך היינט און מ'קען זיי פרעיגן, איך ווייס נאר נישט וויפיל אידן פין 53 זענען געגאנגען צו מעכל'ן? און אויב וואלט דאס געווען אמת וואלט יעדער געוויסט דערפין.

אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך אידן וואס זענען אלץ בחור געגאגען צו אים, ביי אינז אין ביהמ"ד לערנט פאהר א שיעור יעדע נאכט איינער וואס האט זיך אלץ בחור געדרייט ביי אים, און נאכדעים געווארן פין זיינע שונאים - וויל מען האט אים געפייניגט, ער רעדט אסאך דערוועגן ווי אזוי ער בענגט זיך צוריק יענע יארען, און ווי אזוי מען האט אים געהעצט און אפילו צוגעזאגט געלט אז ער זאל שרייבען קעיגן מעכל, און קיינמאל נישט געזאגט דאס אז דער רבי זי"ע איז געווען אזוי דערגעיגן.

עפעס שטימט נישט מיט דיינע "פאקטען"

דוד46 » 30/12/2007 21:10

ביבער הייבט אן דעם אשכול אזוי:

"ווי יעדער ווייסט אוודאי איז ניקלשברוג רבי געווען ליידער געווען אויס געשטעלט פין אפאר סאטמערע רשעים ביטערע רשעות אין רציחה קעגן אים אין זיינע קינדער ל"ע וואס איז לא יאמון כי יספור. כ"ק אדמו"ר מסאטמער שליט"א האט כמה פעמים געזאגט אז אויף דע ביטערע פרשה איז נישט דא קיין תירוץ אפטיילען א טאטע פין קינדער אין נאך נאך וואס מען קען נישט ארויס ברענגען".
עד כאן!

איך האב אבער א שווערע קשיא צו דיר ביבער:
דיין רבי פארשטייט יא פארוואס ער האט געמעגט צעברעכן די משפחה פון הרב מ"נ וויינבערגער? 

יענקעלע11 » 30/12/2007 21:19

ענטשולדיג וואס איך מיש מיך אריין,
די פראגע שטעלסטו צום אומריכטיגן פערזאן,
דו דארפסט דאס פרעגן פון מנחם וויינבערגער
און אביגדור ראזענבערג וואס זענען געגאנגען
צום דיסטריקט אטורני, פאר מסרן דעם ברודער/שוואגער,
אבער פארשפאר דיר צייט און לאז דיך אפ פון זיי
ווייל זיי וועלן דיר נישט קענען ענטפערן,
 זיי ליידן נעבעך אויף אמניזיע,
פשוט און גראד זיי געדענקען נישט גארנישט,
אזוי האבן זיי געזאגט אין געריכט.

קיינעהארע » 30/12/2007 22:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

זרחי » 30/12/2007 23:58

יענקעלע

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגען, דער רבי זי"ע האט קיינמאל זיך נישט אויסגדריקט עפעס קעגען ר' מעכיל.

איך האב גהערט א טעיפ ווי ר' נתן יוסף רעדט מיט ר' נפתלי לעבאוויטש ווי ער איז אים מודה אז ס'איז נישט אמת די אלע שמועות.

איך האב נישט קיין צייט יעצט מאריך צו זיין, אבער ביטע לערען איבער דעם ספר "דברי שלום ואמת" וועסטו געוואר ווערען א סך נייעס ...

דא האסטו א לינק

http://www.israel613.com/books/DIVRAY-SHULEM-VAEMES-NIKLSHBURG.pdf




דוד46 » 31/12/2007 00:06

די וואס ווילן זיך כלאמפערשט אננעמען פאר זיין כבוד, זענען אים פשוט מבזה דא.

אויב מיינט מען זיין כבדו זאל מען רעדן וואסערע שיינע רביסטעווע ער פירט וכדומה.

יענקעלע11 » 31/12/2007 00:29

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען אזעלעכע קעלבלעך,
איך שרייב קלאר ארויס אז דער רבי האט קיינמאל נישט
אטאקירט רבי מעכל שליט"א, ער האט נאר נישט געלאזט
זיינע בחורים גיין צו עהם, קומט דא דער קיינעהארע און
ברענגט מיר א בריעוו פון רבי יוסף אשכנזי וואס שרייבט אז
ער האט געזען ווי דער רבי האט עם נישט גערודפט,
איי, איך פארשטיי נישט, וויאזוי מען זעהט אז מען רודפט נישט,
אדער זעהט מען אז מען איז מקרב, אדער זעהט מען נישט אז
מען רודפט, אבער גיי פרעג א קשיא אויף א מעשה,
על כל פנים קיינעהארע, שרייב אינטער מיין נאמען אויך אז
דער רבי זי"ע האט עהם נישט גערודפט, דער רבי האט נאר
אנגעשריגן זיינע בחורים וואס זענען צו עהם געגאנגען,

הער מיך אויס זרחי, איך האב איינמאל מיט יארן צוריק דורכגעליינט
דעם "דברי שלום ואמת", ווי אויך דעם "מתי שוא"  און האב נישט
געקענט מחליט זיין וועלעכעס עס האט מער שקרים, עפעס האבן
זיי געמאכט א רעיס צעווישן זיך ווער עס קען באקן מער שקרים,
מיינע פאקטן זענען נישט באזירט אויף קיין איינע פון די ביכלעך,
מיינע פאקטן זענען קראנט, און אפילו דא האט קיינער נישט געלייקענט
אז:
1-  דער רבי האט פארבאטן זיינע בחורים צו גיין צו עהם,
 2- רובא דרובא עלטערן זענען געווען שטארק דערגעגן,
3- דאס גיין צו עהם איז געווען פאהוילן און באהאלטן מיט א מעכטיגן סוד,
4- און אז מעכל אליין האט געהעצט די בחורים זאלן נישט פאלגן די עלטערן,
     נאר קומען צו עהם באהאלטענערהייט,

קיינער האט נישט געשריבן וואס רבי נתן יוסף ז"ל האט געלייקענט,
וואס איז נישט אמת? האט דער רבי יא געלאזט זיינע בחורים גיין
צו עהם?, ניין דאס האט ער קיינמאל נישט געזאגט, ווייסט איר פארוואס,
ווייל ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט נישט געלאזט,
און אויף דעם וועלן מעיד זיין אלע תלמידי וחסידי רבי מעכל,


menchele » 31/12/2007 01:16

יענקעלע11,


איך טראכט אז אחרי ככלות הכל (דהיינו, נאכ'ן באזייטיגן דעם תאוות-הנצחון פאקטאר וואס האט זיך דא אריינגעריקט דורכ'ן נישט פארשטיין דעם מכוון פון דיין ערשטער תגובה) איז דא נישט פאראן קיין אמת'ער חילוקי דעות. אויב רבי מעכיל'ס מהלך מיט יארן צוריק איז געווען ווי דו שילדערסט, איז מסתמא אמת אז ס'איז געווען א "וועג אנדערש ווי מיר האבן געזען ביי אונזערע עלטערן און רבי'ס." די אנדערע מגיבים דא רעדן אבער פון די צרות וואס זענען דעם ניקלשבורגער רבי'ן אויסגעטיילט געווארן אין נאמען פון דעם דאזיגן "לא שערום אבותינו."

מיר האלטן היינט שוין לאנג נאכ'ן סיום פון דער דאזיגער פרשה, און קוקנדיג אויף צוריק באקומט מען כמעט אייביג א מער-קלארן בילד ווי ווען געפינט זיך דערין בשעת מעשה. דער אויפברויז ביי אידן וואס זענען אינדערצווישן אליין געווארן נרדפים פון "ארגענייזד קריים" איז פשוט זייער גרויס, און גיסט זיך אריבער אויף דער סיבה וואס האט די אומבארעכטיגטע רדיפות געברענגט.

יענקעלע11 » 31/12/2007 01:42

אבי איינער פארשטייט מיך שוין,
טאקע נאר א קליין מענטשעלע,
אבער זה הקטן גדול יהי',
מענטשעלע כוונת אל המטרה,
ביזט גערעכט, מיר זענען כמעט נישט
מחולק אין די פאקטן,
אבער ווען שור האט אנהייב צוזאמען געשמאלצן
די צוויי ענינים, דאס פאניגן מיט רשעות ואכזריות דעם
רבי מעכל און צובראכן זיין משפחה צוגענומען פון עהם
זיינע באליבטע קינדער, מיט דעם פאקט אז ער האט אנגעפירט
א חבורה שאין רוח חכמים נוחה הימנו, האט ער עפעס צוזאם
קאמבענירט, און בארירט דעם כבוד פון רבי נתן יוסף ז"ל,
האב איך, אלץ א איש האמת, א פרינציפ מענטש, פארשטאנען
אז איך מיז דא צו לייגן א האנט צו קאריגירן דעם אומרעכט,
שמואל פ. מיט זיין רשעות האט לגמרי גארנישט געהאט מיט
זיין אנפירן די חבורות, זיינע מעשים תעתועים שרייט עד היום עד
לב השמים, והנה דמו נדרש, זיין בלוט האט זיך געגאסן, ווי וואסער,
אבער דאס האט לגמרי נישט קיין שייכות צו די עגמת נפשן וואס
די טאטעס פון די בחורים האבן דאן געהאט, און איך האב נאר געוואלט
אויסקרעגטירן די היסטאריע, והענין נגמר וסגור, ת.ו.ש.ל.ב.ע.

קיינעהארע » 31/12/2007 06:00

אויב ווילסטו דיך אננעמען אויף ר' נתן יוסף ז"ל'ס כבוד דעמאלטס זאלסט נישט לייקענען דער פאקט וואס ר' נתן יוסף האט די לעצטע 10 יאר געזאגט ביחיד וברבים אז די מעשה מיט כת שץ איז שוא ושקר, ער פלעיגט לערנען בחברותא מיט הרה"ג ר' מענדל האלפערט שליט"א דער ניקלשבורגער דומ"ץ און פאר ר' אייזיק שניצלער וואס האט אים באדינט האט ער כמה פעמים געזאגט אז מען זאל דאס מפרסים זיין.

ואחרי ככלות הכל דער טעיפ וואס זרחי האט דערמאנט א טעיפ וואס איך האב שוין אויך געהערט ווי ר' נתן יוסף ז"ל זאגט אז מען זאל מער נישט רעדן דערפון, און עס איז שקר.

איך וועל בקרוב ארויפלייגען דער טעיפ למען ישמעו ויראו, און מען זאל אויפהערן פארקויפן די שקרים וכזבים והענין נגמר וסגור ת.ו.ש.ל.ב.ע.

און ווען ר' מיכל וועט קומען צי דיין נעקסטע וואכט נאכט זאלסו אים אליין פרעיגן, און בלייב נישט אין 53 נאר גיי זיך אויף די אידן וואס האבן זיך ביי אים געדרייט און פרעיג פין זיי...........

איןבעיה » 31/12/2007 07:09

א בילד פינעם באקאנטעם צורר היהודים אין ארכי-טעראריסט שמואל פריעד, וועלכע גיט ציך נאך היינט אפ מיטן אלטען פאך פין אוועק נעמען קינדער פין די עלטערן, אין באד זיך טעגליך אין אידיש בלוט...

[בילד – נישט אפגעהיט]

חייםחייקל » 31/12/2007 07:30

עס א חרפה און בושה ארויפלייגען א בילד פון דעם באקאנטען צורר היהודים, א (אום)מענטש וואס האט געשאכטען (ואתא השוחט) א גאנצע פעמיליע, וואס אין די היסטאריע איז נאך נישט פאסירט אזאנס און קיין רבנים דיינים מנהיגים זאלן נישט קיין פיפסט טאן.

סעדער » 31/12/2007 16:27

איך האב אמאל געהערט בשמו וז"ל: איך האב פארברענגט מיינע יארן צו אינטערברענגען דעם סיגעטער און איך האב מיין אייגענע משפחה אינטערגעברענגט!


בשמחה_תמיד » 1/1/2008 03:29

מנשההפדהצי:

פאקטן פון יענקעלע11
1) דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט גיין זיינע בחורים צו אים, אבער דאס מיינט נישט קיין רדיפות, א סתירה מני' ובי'
ביטע זאג מיר איין נאמען, וועמען דער רבי האט נישט געלאזט גיין,די פאקט איז וואס הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל האט אסאך מאל דערציילט אז דער רבי האט אים געהייסן מסדר זיין אז רבי מיכל זאל פארלענען חסידישע ספרים אין ישיבה יעדן אינדעפרי, - ממילא ביטע דערצייל נישט פאקטן וואס שטאמען פון פאנטאזיע.
2) די עלטערען האבען נישט מסכים געווען זייערע קינדער זאלען גיין צו אים
ביטע רעכן מיר אויס איין טאטע וואס האט נישט מסכים געווען, אדרבה ואדרבה, די וואס די טאטעס האבען נישט מסכים געווען זענען טאקע מער נישט געקומען  - איין טאטע וואס האט איבעגעקערט די וועלט, איז געווען ר' שלום לויפער, א יחיד במינו, וואס בחייו פון רבי' זי"ע, האט ער גענומען איידעמער דוקא פון פון ר' מיכלס חברה, און אפילו לאחר הסתלקות האט ער כמעט גענומען נאך א איידעם פון דארט, - נאר יענער האט שוין נישט געוואלט הערענדיג די מעשים טובים פון די בני לויפער, וואס האבען באארבעט דעם טאטן מיט די גאנצע וועלט
 
מימלא גלייב איך נישט די גאנצע מסורה פון יענקעלע11, מעגליך אז ער האט בכלל נישט א פעטער אין אמעריקע
אויך איז נישט מסתבר אז ניקלשבורגער רבי איז אמאל געווען ביי יענקעלע11 ביי א וואך נאכט, ווייל די סברה זאגט אז יענקעלע11 איז א אלטער בחור וואס האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, ווייל נאר אזא איינער טראגט זיך נאך היינט מיט אזלכע דאגות
ביטע פראביר נישט צו פאברעצירען פאקטען וואס זענען נישט געשטויגן, די ברייטע פאנטאזיע זאלסטו ביטע נישט מפרסם זיין, ווייל דאס טוט נאר נאר אויפדעקן דיין ריזיגען כח הדמיון

_________________

געדאנקען » 1/1/2008 07:18

דאסמאל איז יענקעלע11 100% גערעכט, נכרים דברי אמת, איך האב מיך נאך געפרעגט ביי עלטערע אידן וואס האבן געלערנט דאן אין ישיבה און זיי האבן מיר פה אחד געזאגט די זעלבע וואס יענקעלע שרייבט דא.

חייםחייקל » 1/1/2008 16:22

דער יענקעלע11 איז געוואלדיג
דא איז מעכל געווען ביי אים אויף א וואכט נאכט
דא האט ער פינקט אויפגענומען א רב אויף א היטש פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק
דא איז ער געווען ביי א ברית אין קראלי ביהמ"ד ........
ווען די ווילסט זאגן דיינע בויך סברות, זייער פיין, אבער דערצייל נישט קיין (ליגענט) מעשיות אז מען זאל דיך מער גלייבען.

יעצט צום ענין
ס'איז טאקע אמת אז מען האט אזוי נאכגעזאגט בשם רביה"ק זי"ע, און דאס דערציילען אלע וואס האבן דעמאלטס געלערנט אין די ישיבה, אבער דער שקר איז שוין נתברר געווארן במשך השנים, טאקע דורך די וואס האבן דעם שם פארשפרייט, ממילא איז אבסורד צו קייען ווייטער דער שקר.

גיי פרעיג די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי רבי נתן יוסף זצ"ל - ווייל ער איז געווען דער איינציגער מקור וואס מען האט נאכגעזאגט בשמו בשם רביה"ק
גיי פרעיג די אידן וואס האבן געטוען אין דעים ענין כדי לברר את הדבר וועסטו זעהן דער אמת

ארגינעלער » 1/1/2008 19:06

לויפער ציט צוריק ר' נתו יוסף ציט צוריק
אבער יענקעלע מיט זיין הויכען זשארגאן יודיש
וואס האט בדרך אגב פיין אוסגעליינעט דעם פולציער פרייז שונד ביכל מתי שוא
מיט זיין שותף דער גרויסער דענקער אין דיכטער געדאנקען
וואס האט געטוען אזוי פיל  אין געמאכט ריסערטש
אין  געפרעגט ביי עלטערע יודען אין זיי האבן אלע מודה געווען צי יענקעלע
דעמאלס מיז זיין סאיז אמת אין בדרך אגב די וואס האבן דעמאלס געלערנעט
אין ישיבה זענען נאך נישט קיין אלטערע יודען
גיי בעסער נאך דעם ליגנעט נעקסט טיים

רבי_יונה » 1/1/2008 21:50

איך האלט אויך אז עס איז געווען א פראבלעם מיט ר' מיכל לעבאוויטש, גראדע איז דא אויך א בריוו פון אלע דיינים ווי זיי שרייבען אונטער קעגן אים, אויך הגה"צ רבי געציל בערקאוויטש שליט"א איז אויך אונטער געשריבען.

אזוי אויך איז דא א גאנץ ביכל פון מענטשען תביעת עדות וואס האבן עדות געזאגט קעגן אים, עס שטייט דארט זייערע נעמען, אפילו אז האלב איז שקר איז אויך א שטארקע פראבלעם.

נאר מען האט עס גאר שטארק איבערגעטריבען און געמאכט מיט רציחה און שרעקליכע אכזריות קעגן רבי מיכל.

גראדע איז רבי מיכל עני טיים נאך אזוי חשוב און הייליג ווי ר' מנשה פריעדמאן, און ר' זלמן לייב פילאפף, די חילוק צווישען זיי איז נאר אז ר' מנשה האט געטרינקען און פארגאסען אידיש בלוט, און ביי ר' מיכל איז אז מען האט אים פארגאסען און געטרינגען זיין בלוט.

היינט צוטאג אבער האלט איך אז ר' מיכל איז א צדיק, און די אלע זאכן פון אמאל איז שוין געשטארבען, נאך די צרות יגון ואנחה וואס ער איז דורך, און גייט אך דורך ל"ע, איז ער אן אויסגעלאטעטער איד.

יענקעלע11 » 1/1/2008 23:09

חיים חייקל
איך פארשטיי אז עפעס שטעכט דיר,
עפעס טיט דיר וויי, עפעס דריקט דיך,
באט גיס דאס נישט אויס אויף מיר,
קענסט ארויס פארן צום ציון הקדוש פונעם רבין זי"ע
און מאכן געוואלדעוועס, קענס ברוקן און שטויסן,
אבער מיך לאז אפ,  
דער גאנצער וויכוח איז פשוט,  האט דער רבי זי"ע געאסרט זיינע
בחורים צו גיין צו מעכל צו נישט, און דער ענטפער איז קלאר אז יא,
אויב גלייבסטו נישט, , גיב א פרעג הרב הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פיליפ שליט"א
וואס זיין טאטע רבי יונה זצ"ל האט עהם אריין געשלעפט צום
רבין זי"ע און דער רבי האט עהם זייער שטרענג געאסערט
ווייטער צו גיין צו עהם, און ער האט טאקע אויפגעהערט,
יעצט שרייט ווייטער, קראלי ברית..., א היטש מיט א רב..., א וואך נאכט...,
עפעס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, וואס איז דען,
האב איך דען געשריבן אז איך האב אויפגעפיקט
רבי מעכל אויף א היטש פון מיין וואכנאכט און עהם געטראגן אויפן ברית
אין קראלער בית המדרש?, דאס איז דאך דריי באזונדערע מעשיות,
וואס איך האב געשריבן, און אלעס איז אמת ויציב,
הער מיך גיט צו, איך האב געפרעגט ביי אריבער א מנין אידן פון יענע צייטן
און אלעם כולם כאחד הודו, אז אלעס איז פונקט אזוי ווי איך האב געשריבן,
דער רבי איז זייער געווען דערגעגן מען זאל זיך מאכן חבורות בכלל,
און גיין צו מעכל בפרט, צענדליגע תלמידים זענען דאס מעיד,
אדרבה ברענג די אפאר נעמען וואס לייקענען דאס אפ,
אצינד קענט איר מיך ווייטער אטאקירן, אבער דער אמת בלייבט לעד ולנצח, 

לויפער ציט צוריק!!!, וואס ציט ער צוריק? די אייער זענען יא געוואשן?
ווען ער שרייט אז זיי זענען נישט געוואשן,
און וואס פונקטליך ציט צוריק רבי נתן יוסף ז"ל?,
ארגינעלער, איך האב אינגאנצן איינמאל געליינט ביידע ביכלעך יארן צוריק
ווען ס'איז ארויס געקומען, און ווי געשריבן, זענען ביידע מלא שקר,
ביידע זענען נישט באזירט אויף קיינע קראנטע פאקטן,
ביידע האבן פאר זיך א ציל, און דרייען מיט די פאקטן צו ערייכן דעםדאזיגן ציל,
האסטו באמערקט אז איך האב קיינמאל נישט ערוועינט דעם "כת ש"ץ" אישוי
ווייל קיינער האט דאס פונעם רבין אליין נישט געהערט, און אפילו פון
רבי נתן יוסף'ן אויך נישט, ס'איז נאר דאן ארום געגאנגען עפעס אזא ראמער,
און פון דעם האט רבי נתן יוסף געקענט צוריק צוהן, אבער דאס איז נישט מעלה און נישט
מוריד, איך האב שוין געשריבן אז די אישוי איז נישט געווען רבי מעכל פערזענדליך,
נאר זיין דרך און זיינע חבורות, און דאס האט דער רבי שטארק באקעמפט,

לאמיר צוריק גיין צו די אלטע היים אין סאטמאר, א ענין וואס איינער האט
פריער ערוועינט, א ענין וואס איז זייער דומה צו אונזער וויכוח, און וועט געבן א ליכט
אויפן רבינס גאנג בנוגע פרומע חבורות, און וואס דעם רבינס דעה איז געווען דערוועגן,
דאס איז געווען מיט זיך מתחבר זיין מיט די חבורה פון הצדיק רבי אהרעלע
ראטא זצ"ל דער שומר אמונים רבי אין די שטאט סאטמאר,
ווייסט איר אז דער רבי האט שטרענג פארבאטן זיינע בחורים זיך מתחבר צו זיין צו עהם,
כאטשיג רבי אהרעלע איז געווען א צדיק וקדוש לכל הדעות,
דער רבי זי"ע האט פון עהם זייער שטארק געהאלטן,
עם כל זה האט דער רבי נישט געלאזט זיינע בחורים גיין צו עהם,
אמת, געוויסע בחורים וואס דער רבי האט געוויסט אז זיי גייען צו עהם,
און דער רבי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון, אבער רובא דרובא
ווען דער רבי איז געוואויר געווארן פון א בחור וואס גייט צו עהם, האט דער בחור
געכאפט אזא סילוק פונעם רבי'ן אז מער האט ער זיך נישט דערוואגט צו גיין צו עהם,
די זעלבע איז דא געווען, דער רבי זי"ע איז געווען א אויסגעשראכענער מתנגד צו
די פרומע חבורות, ער האט געהאלטן אז ס'איז א חורבן עצום, און האט דאס זייער
שטארק באקעמפט, און לאחר המחלה האט די הנהלת הישיבה ווייטער געפירט
דעם קאמפ, ובפרט נאך א געוויסן אומגליק אין זייער מחנה וואס האט אויפגעשוידערט
גאנץ סאטמאר, מעכל'ס חסידות איז דאן אינגאנצן צונישט געווארן, ער האט שוין
מער נישט געקענט פירן די חברותא אין די אינטערערד בונקערס, און דעריבער האט ער
אנגעהויבן א נייעם מהלך, א אפענע חסידות מיט א אפענעם רבין, און האט ב"ה
זייער שיין מצליח געווען, און מעגליך אז רבי נתן יוסף ז"ל האט געלייקענט סיי וועלעכע
פערזענדליכע לשון הרע מען האט פארשרייט אויף רבי מעכל פערזענדליך, ווייל ווי
געשריבן די מערכה איז געווען די חבורה און נישט רבי מעכל פערזענדליך,

רבי יונה איז פולקאם גערעכט, דאס רשעות ואכזריות אקעגן רבי מעכל שליט"א
איז א שווארצער פלעק בקורות חסידות סאטמאר, דאס שפיכת דם פון
א איד וואס האט געליטן אזוי ביטערליך על לא עוול בכפו, און ס'איז געווען
אין פוצה פה ומצפצף, יעדער האט צוגעקיקט אזוי לייכטזיניג,
און דאן האט זיך ארויס געוויזן דאס גדלות פון רבי מעכל, ער האט מקבל געווען
אלע יסורים בדומי', און דאס איז זיין גדלות,

קיינעהארע » 2/1/2008 01:18

 

עס איז מיר גאנץ אינטערעסאנט ווי די ברענגסט אראפ הרה"ג רבי געציל בערקאוויטש שליט"א וואס ער איז טאקע א לעיבעדיגער עדות ווי אזוי מען האט "געצווינגן" (כלשונו) די דיינים אז זיי זאלן אינטערשרייבן א קעגין רבי מיכל ווי ער איז זיך כמה מתרעם אויף דעים וואס ער האט געהאט א חלק אין דעים.

אויך איך זייער אינטערעסאנט ווי אזוי דער אייבישטער פירט זיין וועלטעל, אסאך פין זיינע מתנגדים (געהעצט געווארענע) וואס זייער קינדער און אייניקליך זענען פין זיינע הייסע חסידים – וגם אני בתוכם, ווייל דער אמת איז אז היינט בדור השפל הזה איז שווער צו טרעפן א רבי'ן וואס מען זאל שעפן חיזוק והדרכה בתורה ויראת שמים מיט אן אמת, און ווי א יעדער איד טרעפט זיך דער פלאץ דארט, נישט קיין חילוק און וואספארא מצב ער איז. דאס טרעפט מען נישט כמעט נישט.

אויך איז נישט שיין אראפצומאלן א גאנצע משפחה אז זיי זענען געווען די העצערס, ווייל זיי זענען אויך נאר געהעצט געווארן פין דעים ש"פ, און היינט צו טאג איז א גרויס חלק פין די משפחה הנכבדה פין זיינע הייסע חסידים.

רבי_יונה » 2/1/2008 04:30

דריי נישט קיין קאפ קיינער האט נישט געצווינגען ר' געציל אונטערשרייבען.

באותו זמן האט ר' מיכל געהאט אסאך פראבלעמען, וואס מען האט אים געדארפט אביסעלע אנמאקלען, און די גרעסטע ראי' איז פון די טעיפ ווי ער זאגט צאוה פאר זיינע חסידים אז ער גייט שטארבען, וכו'.

איך זיך נישט צו רעדן אויף אים, ווייל היינט איז ער שוין באמת אן אויסגעלאטעטער איד פון צרות, אבער דאס וואס די שרייבסט צום סוף, תורה... חיזוק.. ויראת שמים... מיט .. אן אמת... דאס איז בעלאניס... מיט לאקשאן קרויט... איינגעטינקען אין קעטשאפ...

חייםחייקל » 2/1/2008 08:18

רבי יונה

די ווייסט אז סאיז דא טעיפס ווי ער רעדט מיט א גלח, און נאך אסאך ביכער וואס די רשעים האבן ארויסגעגעבן, און די גלייבסט נאך די שטותים

געשמאק » 2/1/2008 15:46

ס'איז א געפערליכע רשעות וואס טייל שרייבערס טוען דא. יעדער איינער איז מודה אז רבי מיכל איז היינט א חשובער און פיינער איד, און אז ער פירט אן ערליכע קהלה. די איינציגסטע זאך וואס מען איז דן איז צי ער האט אמאל געהאט פראבלעמען.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזא רשעות'דיגן אשכול. פארוואס גייט יאנקעלע אזוי out of his way מסביר צו זיין אז די מערכה קעגן רבי מעכל איז יא געווען גערעכט, אפילו נאר האלב פון די מערכה. פארוואס איז אים אזוי בנפשו אויפצואווייזן אז רבי מעכל איז אמאל געווען נישט גוט?

ממילא ווען די מענטשן וואס האבן געפירט די מערכה קעגן רבי מעכל זענען משלנו, סאטמארער חסידים, וואלט געווען איין זאך, אבער דער פאקט איז דאך אז ס'איז פונקט פארקערט. די אלע וואס האבן געשלאגן און גערדופט רבי מעכל זענען פון די מצורעים. איז וואס גייט עס ענק אזוי אן?

אז מען וויל פּאקן אלטע עוונות קען מען טרעפן גענוג און נאך אויף יעדן איינציגסטן רבי'ן. לאזטס ענק אפ פון רבי מעכל!

_________________

רבי_יונה » 2/1/2008 17:43

די טעיפ פון די צואה איז 100 פארצענט אמת, און דריי נישט קיין קאפ.

חייםחייקל » 2/1/2008 20:48

אז די גלייבסט נאר האלב פין דעם ביכעל (ת)גביעות עדות וואס מען האט אויף אים געשריבען מעיגסטו גלייבען אז דער צוואה טעיפ אז אויך אמת.

נאר איך קען נישט גלייבען אז ס'איז נאך אלץ דא פערדן וואס גלייבען נאך די מעשיות.

פערד בלייבט פערד

ארגינעלער » 2/1/2008 20:53

ר' יונה די האסט אמאל געהערט דעם טעיפ
דעם אמת ?

_________________

געשמאק » 2/1/2008 23:06

סטאפטס דעם קאנווערסעישאן דא!

און רבי יונה און יאנקעלע, אויב ווילט עטס שטארק בויען די מצורעים וואס האבן געפירט די מערכה קעגן רבי מעכל, גייטס צו די מנובלישע זאלי פארום.

_________________

יענקעלע11 » 3/1/2008 01:19

ת. ו. ש. ל. ב. ע.
מען האלט שוין נאכן סיום,
און אפילו נאך די חזרה,
איך האב געווארענט,
מתוך שבחו בא לידי גנותו,
און דאס איז געווען היפך כוונתי,
איך בעט יעדן,
הערטס אויף,
גענוג איז גענוג,

_________________

בלאט: 1 2